בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגו' מרחשון תשפ"ב10/12/2021

באריכט
מאנטאג פר' לך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל משולם טעלער הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ח' "ואני ברוב חסדך אבא ביתך" און ארויסגעברענגט א שבח והודאה פארן אייבערשטן אויף דעם אליין וואס מען קען גיין און קומען אין ביהמ''ד על כל פסיעה ופסיעה תהלל קה.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 6 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' חיים פעקעטע הי''ו - ר' משה בר''א סימאן הי''ו, באולם קרן ויואל משה.
ר' חיים דוד פריעד הי"ו - הר"ר דוד בר"מ עקשטיין שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' יואל אלי' קארנבלי הי''ו - ר' הערש לייב לאנדא הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 12:30.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' מאיר יעקב לעבאוויטש הי"ו - ר' אברהם ישעי' שווארץ הי"ו.
ר' יעקב הכהן פריעדמאן הי"ו - ר' ישראל מרדכי וואנחאצקער הי"ו.

ארום 11:30 איז געווען אויף א לענגערע ביקור קודש ביי רבינו שליט''א הגאון הגדול ר' שמעון יצחק שלעזינגער שליט''א וועלכער איז נארוואס נתמנה געווארן אלס חבר הביד"צ העדה החרדית און איז געקומען מקבל זיין ברכות קדשו ודברי הדרכה לרגל די התמנות. רבינו שליט''א האט אים אויפגענומען בחיבה יתירה, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע תורה'דיגע שמועס, רבינו שליט''א האט אים מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן גאר ווארימע ברכות הקודש און דערנאך ארויסבאגלייט ביזן גאס.

ארום 12:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️