בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגה' מרחשון תשפ"ב10/11/2021

באריכט
זונטאג פ' לך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יוסף באסול הי"ו.
ב"ר יואל בערקאוויטש הי"ו.
ב"ר אברהם יצחק טאבאק הי"ו.
ב"ר ארי הערשקאוויטש הי"ו.
ב"ר אליעזר הערש ניימאן הי"ו.
ב"ר יחיאל שלום גאלדשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבערגעגאנגען שלום נעמען
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אברהם יקותיאל זלמן שטיין הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

מיטאג צייט איז - ווי שוין געמאלדן - פארגעקומען אן אסיפה מיט ראשי המוסדות והקהלה פון וומסב"ג בביתו נאוה קודש.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.

ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' ישראל לייב כהן הי"ו - ר' מאיר משה שפיצער הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יחיאל מנשה גאטליעב הי''ו - ר' לוי אפפעל הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריבערגעקומען אין ביהמ"ד הלכה ברורה אין קר"י ביים שמחת השבע ברכות פון א אייניקיל פונעם משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו החתן בן בנו הגה"צ ר' יעקב אלעזר ז"ל רב הביהמ"ד ומו"ץ בקהלתינו הק'. דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו און געטאנצן מיטן חתן און די מחותנים.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:30 ביז 12:15.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' ישראל העניך קרויס הי"ו - ר' אברהם יושע בערקאוויטש הי"ו.
ר' שמשון שרגא פויגעל הי"ו - ר' יואל בר"פ בראך הי"ו.

ארום 12:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 999