בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגד' מרחשון תשפ"ב10/10/2021

באריכט
שב"ק פרשת נח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יושע גליק הי''ו (מאנסי).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסדות "תפארת יעקב" על טהרת הקודש בארה''ק.

מען האט געענדיגט ארום 8:25. נאכן דאווענען איז דער עולם אריבערגעגאנגען גוט שבת זאגן.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא - סניף דברי יואל, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' באש להבה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ ר' ברוך שליט''א, הגבהות הכוס לקידוש: הרה''ג ר' שלמה עקשטיין שליט''א מנהל סניף דברי יואל.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' אליעזר דוב ענגעל הי''ו (י"ם), מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי''ו ( וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "אלה תולדות נח" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין עשה דוחה לא תעשה שבמקדש.

קה אכסוף: הרה''ח ר' מענדל עקשטיין הי''ו, ברכהמ"ז: חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' אלעזר מדזיקוב זי"ע, און דערמאנט די יאהרצייט פונעם הייליגן רוזינ'ער זי''ע וואס די יארצייטן זענען געפאלן שב''ק ג' חשון. קה רבון עלם: נכד רבינו הרב ברוך רוקח חתן הגה''צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט''א.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות.

דערנאך האט מען אריינגעברענגט בונדלעך לרגל די שמחת השלום זכר ביים אייניקל הרב יואל בן הגה''צ אבד"ק ור''מ וומסב''ג שליט''א, און מען האט געזינגען לכבוד די שמחה.

אז ביום השביעי: הרה''ג ר' חיים מייזליש שליט''א בן הגה''צ אבד"ק קהלתינו מאנטריאל שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 11:50.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:30 און צוגעגאנגען צו ברכות. פסוקי דזמרה: הר"ר אלחנן טויב הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו הויעך שמו"ע משב''ק הרה''ח ר'יושע מענדלאוויטש הי''ו.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעד הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הר"ר מרדכי גדלי שפיצער שליט''א.

עליות. כהן: החתן ב''ר ישראל לייב כהן הי''ו, לוי: הרה''ח ר' יונה האפמאן הי''ו, שלישי: החתן ב''ר חיים דוד פריעד הי''ו, רביעי: החתן בן הגה''צ ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז''ל, חמישי: הרה''ג ר' ישראל שלום טויב שליט''א אב''ד באלטימאר, שישי: רבינו שליט''א,

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם חרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' יואל ב''ר ליפא האלפערט הי''ו.
ר' אשר יונה פריעד הי''ו.

שביעי: בעל שמחה ר' משה יודא פייערשטיין הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, אחרון: הבחור החתן משב''ק אלטר ברוך גפן, מפטיר: הגה''צ הדומ"ץ שליט''א, הגבה: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' אברהם פייערשטיין הי"ו.

מוסף: הגה''צ הדומ"ץ שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגעל הי''ו. מען האט געענדיגט 12:30.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:50, מנחה: הרה"ח ר' אהרן שפיצער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו, כהן: הרה''ח ר' ישראל לייב כהן הי''ו, לוי: הרה''ג ר' וואלף דוד ווערצבערגער שליט''א, שלישי: הרה''ח ר' מנחם משה רעטעק הי''ו (בארא פארק), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: ר' יואל ברא"ד גליק הי"ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ג ר' ישראל שלום טויב שליט''א אב''ד באלטימאר, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "אלה תולדות נח" און געטייטשט אז מיטן כח פון עסק התורה איז דא א תיקון אזוי ווי פ"ד תעניתים, אזוי אויך מיטן זכות פון מגדל זיין דורות לתורה ולמעשים טובים איז דא א תיקון אויף אלע פגמים, און מסיים געווען מיט דברי הדרכה וברכה שטייענדיג אנהייב ווינטער זמן.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' מנחם משה רעטעק הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הגה''צ הדומ"ץ שליט''א. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 9:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 972