בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגב' מרחשון תשפ"ב10/8/2021

באריכט
דאנערשטאג נח ב' דר"ח חשון בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין פארשעי מאנסי

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בוטשאטש.

עס האבן געהאט די זכיה מיטצודאווענען מיט רבינו שליט''א תלמידי כתה ט' פון מוסדותינו הק' במאנסי.

ביים אנקומען האט רבינו שליט''א זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח ווי די תלמידים זענען עוסק בתורה און זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן און פארהערט די תלמידים.

פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
בן הרב אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט''א (מאנסי).
ב"ר יעקב מרדכי גראס הי''ו (קר"י).
ב"ר אליעזר הערש ליכטענשטיין הי''ו (קר"י).

צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען. מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הרב יוסף פאנעט שליט''א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די תלמידים דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די בר מצוה בחורים און די תלמידים און דערנאך משמיע געווען דברות קודש, בתו''ד האט דער רבי ארומגערעדט בשבח המוסדות אין מאנסי, און דברי מוסר והתחזקות פאר די בחורים איבער גיין יעדן טאג אין מקוה, נישט רעדן מיט די תפילין, גיין מיט די ציצית אינדרויסן.

נאכדעם זענען די בחורים אריבער שלום נעמען ביי רבינו שליט''א.

נאכמיטאג ארום 7:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום נייעם ביהמ''ד עצי חיים סיגוט מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' אהרן טייטלבוים שליט"א ווי עס איז אויך אנוועזנד געווען אביו הגה''צ אבדק''ק 15 שליט''א.

אויך איז אנוועזנד געווען רבנים פון די געגענט הגה''צ אב''ד ראדאשיץ שליט''א, הגה''צ אב''ד רידניק שליט''א, הגה''צ אב''ד קנין תורה שליט''א.

רבינו שליט''א האט דארט געדאוונט מעריב.

דערנאך האט רבינו שליט''א קובע מזוזה געווען אויף די הויפט אריינגאנג צום ביהמ''ד, און זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ''ד און מקוה, און איבערגעלאזט ברכות קדשו.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער צום נייעם שטוב פון הרה''ג ר' אהרן שליט''א דער רבי האט קובע מזוזה געווען, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די באשור פון די ביהמ''ד און די צוקנופטיגע פלענער להרחיב גבולי הקדושה, נאכדעם האט מען געזונגען לא ימושו מפיך און קה זכות אבות.

דערנאך האט דער רבי טועם געווען און געוואונטשן ברכות קדשו פאר אחיו הגה''צ אבדק''ק 15 שליט''א און פאר בנו הרה''ג רב הביהמ''ד שליט''א און פאר די מתפללים און בני המשפחה.

דערנאך איז רבינו שליט"א געווען אויף באזוכן ביי עטליכע נגידים, תומכי המוסדות וועלכע האבן בייגעשטייערט סכומים אדירים לטובת די מוסדות און אפגעקויפט גרעסערע זכותים אין די מבצרים אדירים וואס ווערן געבויעט. רבינו שליט"א האט געחתמעט די שטרות אינאיינעם מיט די נגידים און געוואונטשן ברכות קדשו.

שפעטער אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א געווען אויף א לענגערע באזוך ביי מחתנו הגה''צ אב"ד בערטש שליט"א אין מאנסי, ווי ער האט געוויזן פארן רבין אינטערסאנטע כתבי ידות פון הרה"ק ר' אייזיק'ל זדיטשובער זי"ע און פון הגה"ק די ישמח משה זי"ע און נאך, דערנאך האט ער אנגעגאסן לחיים פארן רבין מיט די פלאש פון הרה"ק ר' מאיר'ל מפרעמישלאן זי"ע און אין די בעכער פון הרה"ק ר' ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע, אויך האט מען ארומגערעדט פרקי זכרונות פון די בראשית יארן אין אמעריקע און שיינע דברי תורה אויף די וואכענדיגע סדרה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 872