בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגב' מרחשון תשפ"ב10/8/2021

באריכט
מרבה ישיבה מרבה חכמה

אנשי שלומינו תלמידי וחסידי האבן במשך דעם זומער אויפגענומען די פריידיגע נייעס איבער די עפענונג פון דעם נייעם ''ישיבה גדולה - עסק התורה".

במשך די לעצטע פאהר חדשים זענען נתרבה געווארן די פארלאנג פון בחורים זיך איינצושרייבן אין דעם נייעם ישיבה, און עס האבן זיך רעגיסטרירט פיל מער בחורים ווי די הנהלת המתיבתא האט זיך געראכטן.

צוליב די גרויסע פארלאנג פון בחורי אנשי שלומינו און כדי צו קענען האבן א ברייטערע אויסוואל אין לימודים, האט די הנהלה בפקודת קדשו פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א מחליט געווען צו עפענען צוויי סניפים.

היינט נאכמיטאג איז די הנהלת המתיבתא אריבער געגאנגען בביתו נאווה קודש פון כ''ק מרן רבינו שליט''א אין פארשעי מאנסי, אדורך צו גיין די דעטאלן ווי אזוי אהער צו שטעלן די ישיבות אויף אזא אופן וואס דאס זאל ערמעגליכן נאכצוקומען די פארלאנגן פון די ריבוי התלמידים. ווי די הנהלה גיבט איבער איז מוחלט געווארן דאס פאלגענדע, עס וועלן זיין צוויי אפטיילונגן אין צוויי באזונדערע לאקאציעס.

ישיבה עסק התורה - חלק א- טשעסטער


די ישיבה וועט זיך געפונען אויף א מקום רחבת ידים מחוץ לעיר מיט אש"ל מלא. עס וועט זיין צוגעשטעלט אלע באדערפענישן צו העלפן בחורים שטייגן בתורה ועבודה. אלס מנהל הישיבה וועט דינען הרה"ג ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט"א אינאיינעם מיט א ברייטע סטעף פון רמ"י הישיבה אויסגערופענע תלמידי חכמים ומרביצי תורה וואס וועלן זיך אפגעבן מיט די בחורים ברוחניות ובגשמיות און וועלן מרביץ תורה זיין מתורתם פאר די חשובע תלמידים שיחיו.

ישיבה עסק התורה - חלק ב- מאנסי

דער ישיבה וועט געעפענט ווערן אין די שטאט מאנסי אויף א מקום רחבת ידים. די ישיבה וועט אויך האבן אש''ל מלא און אלע צוגעהערן. לויט די היצטיגע פלענער, וועט מען אהין ברענגן א כולל פון אינגעלייט וואס וועלן אריינברענגן א קול תורה אין בית המדרש און דערביי געבן די אפציע פאר די חבורה בחורים וואס זוכן זיך משלים צו זיין אין געוויסע מקצועות. די ישיבה וועט געפירט ווערן דורך הרה"ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א אינאיינעם מיט א סטעף פון חשובע ת"ח ומרביצי תורה וואס וועלן מרביץ תורה זיין מתורתם פאר די חשובע תלמידים שיחיו.

דאס עפענוג פון די ישיבות איז באמת שוין א זאך וואס כ''ק מרן רבינו שליט"א באגערט שוין עטליכע יאר, צוליב וואס עס איז איהם נוגע ללבו הטהור דער שווערער מצב בעולם הישיבות וואס הערש היינט.

ווי באקאנט הערשט א גאר שטארקער מאנגל אין ישיבות פאר די עלטערע היימישע בחורים וואס האבן שוין גענדיגט די אלגעמיינע ישיבה גדולה יארן.

אסאך אינגע בחורים ווערן צושפרייט אין פארשידענע חסידישע ישיבות איבער ניו יארק במשך די ישיבה קטנה יאהרן. כידוע, אז רוב חסידישע ישיבות ווען עס קומט דער גיל פון שיעור ב' וג' שפארן זיי צו די טויערן פון די ישיבות, וואס דאס צווינגט פאר אסאך היימישע בחורים צו נעמען דעם וואנדער שטעקן און זוכן א פאסיגע מקום תורה. דאס עצם מציאות אז אין ניו יארק איז נישט דא קיין אויסוואל פון ישיבות פאר עלטערע בחורים, איז גורם אז גאר אסאך היימישע בחורים זענען געצווינגען צו פארן קיין ארץ ישראל לערנען. רבינו שליט''א איז כסדר מעורר איבער דעם געוואלדיגע סכנה אז די טייערע בחורים זאלן חלילה נישט פארלירן אלעס וואס זיי האבן קונה געווען אין די אינגע יארן.

דעריבער ווערט די נייעס איבער די ישיבות אויפגענומען מיט גרויס שמחה ביי אנשי שלומינו. ווי אויך איז דער ציבור איז שטארק דאנקבאר פאר די הנהלה וואס האט גענומען אויף זיך דעם שווערן עול ממלא צו זיין דעם רצון פון כ''ק מרן רבינו שליט''א.

יהי"ר שחפץ ה' בידם יצליח להגדיל תורה ולהאדירה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️