בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ה תשרי תשפ"ב10/1/2021

באריכט
שלחן הטהור נעילת החג - מעמד ברכות הקודש

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צום נעילת החג טיש.

ביים אריינקומען איז דער רבי ארויס אין א פייערליכן טאנץ אויפן פלאץ, און ממשיך געווען די סעודה, מען האט אריינגעברענגט מאכלי יו''ט און קרויט.

מען האט געזונגען די ניגוני יו''ט, און ניגונים פונעם הייליגן קדושת לוי וואס די יומא דהילולא פאלט אויס א טאג נאך אסרו חג, פארגעזונגען דורך הרב ר' הערשל קאהן שליט''א.

די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הרה''ח ר' דוד ניישטאט הי''ו (מאנסי), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט ברוך המבדיל, און משמיע געווען דב"ק אויף א מייק.

די תורה איז געווען אויפן פסוק "וידבר משה את מועדי ה' אל בני ישראל" שמיני עצרת איז א יו''ט דלעתיד ווייל דעמאלטס וועט זיין יעדן טאג א יו''ט און אסור בעשיית מלאכה.

שמיני עצרת פירט מען זיך במנהג אבות אפילו ס'שטייט נישט אין שו"ע, מיטן גאנצן סדר היום והלילה וואס דער זיידע דער ייטב לב זי"ע האט איינגעפירט, במילא קומט ער אוודאי אראפ און בענטשט אלע אידן וואס פירן זיך אזויווי זיין מנהג, בברכה המשולשת בתורה און מסיים געווען בברכות קדשו.

דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט די גמרות בבלי וירושלמי אין מס' ברכות און געטייטשט שיינע רמזים וענינים משולב בסיפורי צדיקים, און בפרט ארויסגעברענגט די הרגשים פונעם יו''ט בתוך קהל ועדה מיט א שמחה פנמיות אלעס נאר ערליכע אידן חסידים ואנשי מעשה מיט בארד און פיאות.

ביים זיך אויפשטעלן פונעם טיש האט דער רבי געוואונטשן "א גוטע וואך און א געזונטען ווינטער".

מעריב מוצאי יו''ט: משב''ק הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו.

נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה און ארויסגעקומען במעמד אלופי אלפי ישראל צום מעמד ברכות הקודש לכל העם הנאספים סיי פאר די עזרת ישראל און סיי פאר די עזרת נשים מען האט געענדיגט ארום 11:45.

ויו''ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש, מיט ריקודין ומחולות זיך נישט קענענדיג געזעגענען פונעם געהויבענעם יו''ט, יהי''ר מען זאל האבן געפויעלט אלעס גוטס, אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️