בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday25 Tishrei 578210/1/2021

Report
מוצ"ש - ליל ד' דחוה"מ - אושפיזא דיוסף צדיקא

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום עריכת השלחן לכבוד די אושפיזא ושמחת בית השואבה אין די סוכה הגדולה ארום 11:45.

נאכן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צו די סעודת יו"ט. נאך פאר די פיש האט מען געזינגען די זמירות פון מוצ"ש, כנהוג.

די בעלי אושפיזא האבן געשטעלט וויין כנהוג. נאך די יום טוב'דיגע מאכלים האט מען אויף געגעבן עטליכע ספעציעלע קוגלן און מעדנים לכבוד יו"ט פון עטליכע בעלי אושפיזא, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים.

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען ווי פאלגענד:
הרה"צ ר' משה גראס שליט"א אב"ד קערעסטיר מאנסי.
הגה"צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א אב"ד קאלאשין מאנסי.
הגה"צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ קהלתינו בלעיקוואד.
הגה"צ אב"ד טאשנאד מאנסי שליט"א.
הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ קהלתינו באנטווערפען.
הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א (מרב"ת בקהלתינו מאנטשעסטער).

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ואלה שמות בני ישראל" און געטייטשט אלע שבטים זענען אקעגן די גאולת מצרים און יוסף הצדיק איז אקעגן די גאולה עתידה, ווייל דורך דעם וואס יוסף האט געשפייזט אלע שבטים ווערט רחל אמינו אנגערופען די מאמע פון גאנץ כלל ישראל, און דורך דעם האט זי באקומען די הבטחה פון 'ושבו בנים לגבולם'. די סוכה איז א זכר צו די ענני הכבוד ביי יציאת מצרים וואס איז געווען אין די זכות פון די שבטים און עס איז אויך א זכר צו די גאולה עתידה וואס וועט זיין אין זכות פון יוסף הצדיק.

ברהמ"ז: חדב"ן הגה"צ ר' יוסף רוקח שליט"א רב דביהמד קול אליהו דקהלתינו הק' בקר"י. נאכן בענטשן האט מען געטאנצן לכבוד שמחות בית השואבה מען האט געענדיגט ארום 1:30.

זונטאג יום ד' דחוה"מ

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר"י ארום 10:05. בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק הי"ו.

רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בעת די נענועים מיט גרויס ברען און התעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' חיים אלי' טייטלבוים הי"ו.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן. כהן: הגה"צ ר' יחזקאל שרגא הכהן גלאנץ שליט"א מבארדיוב (וומסב"ג), לוי: הרה"ח ר' יוסף שלום גליק הי"ו (ב"ב), שלישי: הרב חיים מייזליש בן הגה"צ אבד"ק קהלתינו מאנטריאל שליט"א, רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הגה"צ ר' נתן דוד אשכנזי שליט"א אב"ד סטאניסלאוו מאנסי, גלילה: הרה"ח ר' יצחק דוד יאקאב הי"ו (י"ם, ומנה"ר ישיב"ק ב"ב).

נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט די געסט פון אויסלאנד.

מוסף: הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️