בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday20 Tishrei 57829/26/2021

Report
המשך באריכט שב"ק חוה"מ סוכות אושפיזא דאהרן כהנא קדישא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים


נאכן דאווענען האט זיך רבינו שליטא משתתף געווען ביים שמחת 'הקידושא רבא' פון נכדת רביה"ק בעל ברך משה זי"ע בת הנולד להרב חיים מייזליש בן הגה"צ אבד"ק קהלתינו מאנטריאל שליט"א חתן הרה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנז קר"י, וואס איז פארגעקומען אינעם סוכה שע"י ביהמ"ד צאנז קרית יואל.

ויקרא שמה בישראל פעסיל לאה נאך הרבנית הצדיקת ע"ה מחברתה הטהורה פון רביה"ק הברך משה זי"ע.

רבינו שליט"א האט געמאכט קידוש, מען האט געזינגן ניגוני שמחה, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי צדיקים, און דער רבי האט געווינטשן די זיידעס און די בעל שמחה און דעם גאנצן ציבור.

רעוא דרעוין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 7:25. מנחה: הרה"ח ר' ישראל שפיטצער, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו, כהן: הרה"ח ר' אלימלך הכהן דייטש הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יקותיאל הערש ווייס הי"ו (מאנטריאל), שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב"ג), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הר"ר פנחס הערש רייך שליט"א.

נאך מנחה איז רבינו שליט"א אריין אינעם סוכה הגדולה צו של"ש.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "בהעלותך את הנרות - להגיד שבחו של אהרן שלא שינה" און געטייטשט אז אהרן הכהן האט משפיע געווען גשמיות און רוחניות פאר יעדעם לפי בחינתו, פאר די בני עליה קודם רוחניות און פאר די פשוטי עם קודם גשמיות. די סוכה איז אויך משפיע גשמיות און רוחניות און קודם איז עס משפיע השפעות טובות בגשמיות.

ידיד נפש: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו (וומסב"ג). קל מסתתר: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי''ו (וומסב"ג). דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצ"ש האט מען געדאווענט אינעם סוכה פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו.

נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטען מועד, מען האט געענדיגט 9:35.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️