בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי"ג תשרי תשפ"ב9/19/2021

באריכט
המשך באריכט שב"ק פרשת האזינו בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

רעוא דרעווין


צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 7:35 מנחה: הרה"ח ר' יעקב בר"ח פארקאש הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אשר זעליג סאמעט הי"ו, כהן: הר"ר משה כ"ץ שליט"א, לוי: הרה"ג ר' יואל גרובער שליט"א, שלישי: הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "כי שם ה' אקרא הבו גודל לאלקינו" און געטייטשט אז דורך זמירות שירות ותשבחות פארן הייליגען באשעפער קען מען עפענען פארשלאסענע שערים אין הימל, אזוי אויך דורך בכיות ודמעות ווייל שערי דמעות לא ננעלו. ראש השנה און יום כיפור איז נישטא קיין זמירות, מען זאגט נישט קיין הלל, דארף מען האבן בכיה, אבער ווען עס קומט יו''ט סוכות איז ושמחת בחגיך מען זאגט שירות ותשבחות, און אזוי עפענט מען אלע שערים.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי''ו (וומסב"ג). דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצ"ש: הרה"ג ר' יואל גרובער שליט"א. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 9:40.

במוצאי יום גילה

מוצש''ק איז רבינו שליט''א אריבערגעקומען צום נייעם שוי רום פון 'סאלקא קיטשענס' אינטער די אייגענטומערשאפט פון הרה''ח ר' אהרן שאול סאנדל הי''ו, ווי רבינו שליט''א האט קובע מזוזה געווען און זיך אומגעקוקט אויפן געשעפט.

דערנאך איז פארגעקומען די מעמד סיום כתיבת ספר תורה פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' אהרן שאול, און ווערט אריינגעגעבן צו בית מדרשינו בית מרדכי בקר''י. רבינו שליט''א האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️