ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש
ארום 11:15 איז רבינו שליט"א געווען אויף ביקור חולים ביי הרה"ח ר' אפרים ראזענפעלד הי"ו לרפו"ש, און דערנאך אריינגעקומען צום עריכת שלחה"ט מוצאי יום הקדוש בתופים ובמחולת בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג במעמד אלופי אלפי ישראל.
ביים אנקומען האט דער רבי שליט"א ארויס און א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן, ביי די לחיים נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן "א גוט געבענטשט יאר", ביי די זופ האט מען געשטעלט וויין כנהוג.
במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט נגוני שמחה, מיטן זמר המבדיל האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' הערש אלימלך ט"ב שליט"א רב דבית מדרשינו תפלה למשה בב"פ.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט פון המבדיל "זרענו וכספינו ירבה כחול יצו ה' חסדו למען יעקב עבדו" און געטייטשט לויטן חתם סופר וואס זאגט אז דער יו"ט יוה"ק איז קעגן יעקב אבינו וואס צורתו חקוקה תחת כסא הכבוד, און יעקב אבינו טראגט ארויף די תשובה ביזן כסא הכבוד, ביי די בכורה זעט מען אז יעקב אבינו פסק'ענט ווי רבי מאיר אז אדם מקנה דבר שלא בא לעולם. במילא אפילו "זרענו וכספינו ירבה כחול" איז א 'אין קצבה' דארף הקב"ה יא געבן כשיטת רבי מאיר. דער רבי האט צוגעענדיגט אז יודן האבן געפאסט יוה"כ און מען האט צוגעלייגט תוספות יוה"כ, במילא וועט אראפקומען "תוספות השפעות", און געוואונטשן גאר ווארימע ברכות הקודש מען זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס און עס זאל זיין "זרעינו וכספינו ירבה כחול" מיט ברכות לרוב.
ברהמ"ז: נכד רבינו בעל שמחה הרב דוד ט"ב שליט"א.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט נגוני שמחה, ביים ענדיגן האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות קדשו פארן ציבור.
מען האט געענדיגט בערך 1 אזייגער, ווען מ'האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה ובזמרה.
אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️