איז אבער שווער די קשיא פונעם זיידן ז"ל זי"ע אין קדושת יו"ט, ווי אזוי קען מען תשובה טוען תשובה מאהבה ווען מען טוט עבירות ווערט דאך א מסך המבדל צווישן אידן און הקב"ה, דער זיידע ז"ל זי"ע אין עצי חיים ענטפערט ווען מען טוט תשובה מיראה ווערט נשפע אז מען זאל קענען תשובה טוען מאהבה, דער טאטע ז"ל זי"ע אין ברך משה זאגט אז ווען מען לערנט די תורה הק' איז די תורה משפיע אהבה קען מען זוכה זיין צו תשובה מאהבה.
דורך מצוות מילה ווערט א ברית שלום צווישן אידן אין הקב"ה דורך די זכות פון מצות מילה קען מען זוכה זיין צו תשובה טוען מאהבה מכ'ל חטאתכ'ם לפנ'י ה' תטהרו, און מען דארף נישט צוקומען צו יסורים ממרקין .
און ממשיך געווען בקול בוכה ובתעוררות רב מען זאגט ביי די סליחות "לך ה' הצדקה ולנו בושת הפנים" סאיז אדורך א יאר מיט א יאר פריער, 'אזא שווער מצב אויפן וועלט א שווערן מחלה האט זיך פארשפרייט ממש א מגיפה עס האט געקאסט אזויפול נפשות מישראל', געלויבט דעם הייליגע באשעפער 'השם נפשינו בחיים', וואלט געדארפט זיין אז יעדער איינער וואס האט איבערגעלעבט וואלט געדארפט ברענגן א קרבן תודה אז מען וועט זיך פארבעסערן בתשובה ובמעשים טובים, אבער אנשטאט דעים האט מען זיך גארנישט פארבעסערט נאר פארקערט מען איז ליידער ערגער געווארן, "מען דארף רחמי שמים די מחלה ווערט שטערקער און פארשפרייט זיך נאכאמאל" ווער ווייסט צו עס איז נישט א עונש אז מען איז נישט נתעורר געווארן די ערשטע מאל, "דער אייבערשטער מאנט פון אונז דער אייבערשטער פארדערט פון אונז" עס איז אדורך א יאר מיט זייער שווערע געשעענישן אין ארץ ישראל אין אתרא קדישא מירון, און אין חוץ לארץ. און מיט בכיות אויסגעשריגן דער פעטער ז"ל האט אמאל געזאגט ווען עס איז אדורך אזעלכע שווערע צייטן "רבותי עס ברענט א פייער און מיט הייסע טרערען קען מען עס פארלעשן, ס'ברענט א פייער און מיט טרערען קען מען עס פארלעשן" לך ה' הצדקה אז אונז האמיר איבערגעלעבט דעי שווערע צייטן, אבער ולנו בושת הפנים אז מיר האבן גארנישט צוריקגעגעבן א קרבן תורה.
נאך די דרשה לעת כניסת היום האט רבינו שליט"א געזאגט וידוי מיטן ציבור דער רבי שליט"א האט געזאגט "יעצט וועל מיר אלע אינאיינעם זאגן וידוי לעת כניסת היום הקדוש הזה" און אנגעהויבן בקול דממה דקה 'אנא תבא לפניך תפלתינו' און פארגעזאגט אויפן ארון קודש אינאיינעם מיטן ציבור די וידוי מיט ניגון 'אשמנו בגדנו..' אבער נישט פאר ער האט אויסגעבראכן און א שרעקליכן געוויין וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור בבכיות נוראות און האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים פאר לענגערע מינוטן.
נאך וידוי האט הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו ארויסגענומען די ספר תורה פון ארון הקודש און איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א, רבינו שליט"א האט איבערגענומען די תורה און אנגעהויבן מיט די דברי התעוררות נאכברעגענדיג וואס דער טאטע ז"ל זי"ע פלעגט דערמאנען וואס דער עצי חיים זי"ע האט געזאגט 'אוי להם לבריות מעלבונה של תורה' אז אלע ווייטוגען פון א מענטש קומט פון עלבונה של תורה, און נאכגעברענגט פונעם פעטער ז"ל זי"ע אין דברי יואל אז עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי דער אייבערשטער איז מעורר אידן תשובה צו טוען, אדער דורך א מלך קשה כהמן אדער דורך אריינשיקן א רוח טהרה ממרום, ביי מתן תורה איז געווען א רוח טהרה פאר אידישע קינדער דאס מיינט 'אם אתם מקבלים את התורה - מוטב וועט הקב"ה מעורר זיין דורך א רוח טהרה, און דאס האט משה רבינו בארואיגט די אידישע קינדער 'הרבה הכעסתם למקום ולא עשה אתכם כליה'. ליידער אז מען איז נישט זוכה מען לערנט נישט גענוג תורה קומט די התעוררות צו תשובה דורך א מלך קשה כהמן, ובבכיות אויסגעשריגן "הייליגע תורה! בשם כל הקודש בעט מיר דיך איבער, הייליגע תורה זיי אונז מוחל, מיר נעמען זיך פאר פון היינט און ווייטער מער צו לערנען די תורה מער מחזק זיין די תורה", די תורה הק' וועט אוודאי זיין א מליצה ישרה פאר כלל ישראל אידישע קינדער שטרענגן זיך אן און זענען זיך מתאמץ צו היטן די תורה, און מסיים געווען מיט אסאך ברכות
דערנאך האט רבינו שליט"א פארגעזאגט אויפן פלאץ דריי מאל "אור זרוע" און "פלגי מים" און דערנאך ארומגעגאנגען דעם ביהמ"ד - טראץ דעם שווערן געדרענג - און געזאגט ביים ארומגיין דריי מאל איין מאל אויף יעדע זייט פון ביהמ"ד.
נאך 'קם רבי שמעון' האט רבינו שליט"א אנגעהויבן "כל נדרי". צו האלטן די ספרי תורה זענען מכובד געווארן בנש"ק הרה"צ ר' ירמי טייטלבוים שליט"א און הרה"ג ר' זושא געלב שליט"א מדייני קהלתינו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️