בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday11 Tishrei 57829/17/2021

Report
כהן גדול עומד ומשרת דורו ראו ושמחו

יום הקדוש תשפ"ב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בוויליאמסבורג יצ"ו


ערב יום כיפור אינדערפרי ארום 5:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו סליחות בבית מדרשינו הגדול בקר"י. בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו.

בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מנהג כפרות און אפגעברענט די עק פון די פעדערן.

דערנאך ארום 6:30 איז רבינו שליט"א אריבערגעקומען בבית השחיטה המהודרת ווי הרה"ח ר' יואל הלוי ווערצבערגער הי"ו האט געשחט'ן דעם עוף, פארן שחט'ן האט דער רבי בודק געווען דעם חלף, נאכן שחט'ן האט רבינו שליט"א געזאגט דעם לשם יחוד פאר די ברכה און מקיים געווען די מצוה פון כיסוי הדם. אויך האט דער רבי שליט"א בודק געווען די חלפים פון אלע שוחטים און געוואונטשן א גמר חתימה טובה. און איז אריין אויף א קורצע באזוך אין די גאנצע בית השחיטה.

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער מנחם אבל זיין הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו על פטירת אמו ע"ה.

ארום 7:40 איז רבינו שליט"א אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג אויף יום טוב.

ארום 9:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג. פארן דאווענען האט דער רבי שליטא תפילין געלייגט פאר עטליכע בר מצוה בחורים.

נאכן דאווענען איז דער משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו אריין צו רבינו שליט"א ווי דער רבי שליט"א האט גענומען לקח כנהוג.

נאכמיטאג ארום 1:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחן הטהור ערב יום הקדוש בבית מדרשינו אין וומסב"ג.

פארן זיך וואשן צו די סעודה של מצות היום האט דער רבי שליט''א געזאגט א לענגערע לשם יחוד שטילערהייט, די פלייש איז געווען פון די עוף וואס רבינו שליט"א האט מקיים געווען דעם מנהג כפרות כנהוג.

מ'האט געזונגן ניגוני התעוררות און דערנאך האט רבינו שליט"א פארגעזונגען בהתעוררות רב דעם פיוט ירצה צום עמך אויפ'ן אהבה רבה ניגון המיוחס צום רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע.

במשך דעם טיש האט דער רבי שליט"א פארגאסן טייכן טרערען בפרט ביים פארזונגען ירצה, בחדרת קודש באימה ופחד פארן יום הדין.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט "במה אקדם ואכף פני לא יקח שוחד, ובידי אין מעש ועל זאת לבי יפחד" און געטייטשט אז דורך אמונה קען מען ארויסגיין פונעם שיעבוד היצר הרע און דורך דעם קען מען מקדיש זיין דעם הארץ און עס וועט זיין הקדש מפקיע מידי שיעבוד, אזוי ווי עס איז געווען ביי יציאת מצרים ווי עס שטייט 'לכתך אחרי במדבר בארץ לא זריעה' און דורך דעי אמונה פון אידישע קינדער איז געווען הקדש מפקיע מידי שיעבוד, און דאס איז די זכר ליציאת מצרים פון יום הקדוש, אזוי ווי דעמאלטס האט מען זוכה געווען צו הקדש מפקיע מידי שיעבוד וועט מען דורך אמונה זוכה זיין צו מקדיש זיין דאס הארץ און מסיים געווען מיט גאר ווארימע ברכות הקודש.

מיט ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה''כ, מען האט געענדיגט ארום 3:00.

וישא אהרן את ידיו על העם ויברכם

דערנאך איז רבינו שליט"א אריין בחדרו הפרטי ווי עס זענען אריבער טויזענטער אידן להתברך צום הייליגן טאג.

בערך 4 אזייגער איז רבינו שליט"א אריבער צו א פריוואטע מקוה און דערנאך איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מנחה בביהמ"ד הגדול, דער רבי שליט"א האט אנגעצינדען די ליכט ביים עמוד, בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו.

נאך די סעודת המפסקת בביתו נאוה קודש איז רבינו שליט"א נאכאמאל געגאנגען אין מקוה.

ביים אנקומען אין ביהמ''ד האט רבינו שליט''א געצינדן די נרות יו''ט און צוויי נרות נשמה און א געזונטע לעכט בחדרו הפרטי ווי רבינו שליט''א האט זיך אויפגעהאלטן אויף יו''ט. דערנאך פארן גיין אין ביהמ"ד האט דער רבי שליט"א געוואונטשן אלע וואס זענען אריינגעשריבן אינעם ספר הזכרונות, און אלע כוללות קוויטלך מאנ"ש ירושלים, בני ברק און בית שמש.

בזאת יבא אהרן אל הקודש

בערך 7:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו כל נדרי מעוטף אינעם קיטל, טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.

דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געזאגט א שטילע תפילה און אנגעהויבן די הייליגע כל נדרי דרשה אויפן פסוק "כי ביום הזה יכפר עליכם מכל חטאתיכם לפני ה'", דעם חתם סופר זיעוכי"א זאגט אז מכ'ל חטאתיכ'ם לפנ'י ה' איז ס"ת 'מילה', עס איז דא די ד' חילוקי כפרה וואס ווערט געברענגט אין די גמרא, שטייט אין ספר הק' חרדים אז ווען מען טוט תשובה מאהבה איז גענוג און מען דארף נישט קיין יסורים אדער מיתה, דער פעטער ז"ל זיעוכי"א זאגט אין דברי יואל פרשת ויחי אז אויף די פגם הברית וואס שטייט אין זוהר הק' אז ס'ניצט נישט קיין תשובה אבער תשובה מאהבה ניצט אויף דעם אויך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️