בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday4 Tishrei 57829/10/2021

Report
ארום 1:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, און אונטער די קיטל א ווייסע קאפטן. דער רבי שליט''א איז ארויף אויפן ארון קודש און געזאגט א שטילע תפילה, און אנגעהויבן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשה מיטן פסוק "אשרי העם יודעי תרועה", אז באמת איז א פגם פון א עבירה בלי שיעור ותכלית, נאר הקב"ה ברוב רחמיו איז דן לויטן פגם אין די נסיונות אויף די וועלט. דאס איז נאר ביי די אידן וואס זיי גלייבן בהשגחת ה' יתברך 'בתחתונים' און פירן זיך בענוה ושפלות רוח, משא"כ אומת העולם וואס זאגן אז עס איז נישט לפי כבודו זיך אומצוקוקן בתחתונים ביי זיי העלפט נישט קיין תשובה. מען דארף זיך אבער בודק זיין צו מען איז נישט חלילה געכאפט צווישן די וואס זאגן אז די שרעקליכע פאסורונגען פון די פארגאנגענע יאהר אז ס'איז א מקרה, 'כל באי עולם יעברון לפניך כבני מרו"ן', מען דערמאנט זיך וואס האט זיך אפגעשפילט באתרא קדישא מירון, זיי זאגן אז ס'איז א מקרה, ווייל סאיז געווען אסאך מענטשן, וכדומה ביי די אנדערע פאסירונגען, "חלילה אזוי צו זאגן" נאר דאס איז געווען מן השמים צו וועקן און מאָהנען תשובה צו טוהן. נאך די דרשה האט דער רבי שליט''א געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 2:10.

דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף אויפן באלעמער, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ג ר' אשר ישעי פייערשטיין שליט"א, און הרה"ח ר' אהרן שפיצער הי"ו.

פארן מאכן די ברכה האט דער רבי שליט"א אנגעטוען א נייע בגד - א שאהל. רבינו שליט"א האט געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב. בעל מקרא איז געווען הגה"צ הדומ"ץ שליט"א.

דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 2:35.

די תפילות זענען געווען איין שטיק רגש דקדושה, און מיט א קול חוצב להבת אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש.

פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, הרה"ח ר' יעקב מיטלעמאן הי"ו, הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו.

צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' מאיר דוד מאסרי הי"ו (וומסב"ג).

תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הרה"צ ר' חיים בנימין כהנא שליט''א מ'ספינקא קר"י. מען האט געענדיגט ארום 6:25.

צום מיטאג טיש האט זיך רבינו שליט"א געוואשן בביתו נאוה קודש. ארום 8:05 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום שולה"ט אין ביהמ"ד הגדול.

מען האט אריינגעברענגט קוגל און זיסע מייערן. דער רבי שליט"א געטרינקן לחיים און געוואונטשן "א גוט געבענטשט יאהר אין אלע ענינים", מען האט געזונגען נגוני ימים נוראים.

די זמירות האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "תקעו בחודש שופר בכסא ליום חגינו כי חוק לישראל הוא משפט לאלקי יעקב" און געטייטשט, חק איז לשני דמזוני, שופר איז משפיע פרנסה, 'עלה אלוקים בתרועה ה' בקול שופר'. די צוויי שמות אלוקים און די שם הוי' זענען בגימטריא די שם יב"ק וואס איז אויך גימטריא געלט. דער רבי שליט''א האט דערציילט א מעשה ביים רבין פון לובלין זי"ע וואס האט משפיע געווען מיט זיין תקיעת שופר א גרויסע שפע פון פרנסה, און געוואונטשן אז עס וועט קומען א יאהר מיט גרויס שפע מיט ברכות לרוב.

רבינו שליט"א האט געבענטשט אויפן כוס. מעריב מוצאי יו"ט: הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו.

רבינו שליט"א האט געמאכט הבדלה, און ביים זיך אויפשטעלן געוואונטשן "א גוטע וואך א גוט יאהר", מען האט געענדיגט 9:10.

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו

יהי"ר מען זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס. די תפילות זאל נתקבל ווערן לרחמים ולרצון. מען זאל זוכה זיין צו א שנת גאולה וישועה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️