בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגד' תשרי תשפ"ב9/10/2021

באריכט
יום תרועה יהיה לכם

דעם ערשטן טאג יו"ט אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען ארום 8:15 אין ביהמ"ד. רבינו שליט''א האט אפגעראכטן זיינע הייליגע תפילות בבכיות נוראות. דער קול בוכים האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ"ד ביי די תפילות, ובפרט ביי 'שיר המעלות ממעמקים' און ביים פיוט 'יראתי בפצותי'. עס האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים.

פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי הכוללים, שחרית: הגה"צ הדומ"ץ שליט"א.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען מיטן קיטל און זילבערנע קאפל. הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א און הרה"ג ר' ארי אשר אינדיג שליט"א מדייני קהלתינו הק'. פסוקי שמע ישראל: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א אב''ד איהעל פון בארא פארק.

רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא, און געליינט בבכיות ובהתעוררות רב.

עליות. כהן: אב"ד איהעל ב"פ שליט"א, לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו, שלישי: הגה"צ הדומ"ץ שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' יהודה ווייס הי"ו, חמישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגאנדע בעלי שמחה:
ר' משה דוד ניימאן הי"ו.
ר' שמעון שווארץ הי"ו.
ר' חיים יקותיאל כ''ץ הי"ו.
ר' אברהם שמעון וויעדער הי"ו.

הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' חיים אהרן קליין הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שמחה כץ הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו - לאנדאן, גלילה: הרה"ח ר' שמעון שווארץ הי"ו. מען האט געענדיגט 12:20.

עס איז געווען פּאָזע. רבינו שליט"א איז געגאנגען אין מקוה און אהיים געגאנגען לביתו נאוה קודש.

ארום 1:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, און אונטער די קיטל א ווייסע קאפטן. דער רבי שליט''א איז ארויף אויפן ארון קודש און געזאגט א שטילע תפילה, און אנגעהויבן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשה מיטן פסוק "אשרי העם יודעי תרועה", אז ס'איז דא צוויי אופנים ווי אזוי דער באשעפער איז מעורר לתשובה, איינס איז דורך שיקן א מלך קשה כהמן, און דער צווייטע וועג איז דורך אריין שיקן א רוח טהרה ביי אידישע קינדער, אז מען איז עוסק בתורה איז מען זוכה צו נתעורר ווערן דורך א קריאה של חיבה. רבינו שליט''א האט מיט בכיות נוראות ממשיך געווען עס איז אדורך א יאהר ווי מ'האט נעכטן דערמאנט ויהי איז א לשון צער, ס'איז אדורך א שווער יאר. מען בעהט ביים הייליגן באשעפער השיבנו ה' אליך ונשיבה, זיי אונז מעורר צו תשובה דורך אריינשיקן א רוח טהרה, נישט דורך א מלך קשה כהמן. דער רבי שליט''א האט נאכגעברענגט פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אז ס'איז דא אמאל וואס דער מלך קשה כהמן העלפט נישט, נאר עס מאכט ארגער, אזוי ווי אין מצרים 'ולא שמעו אל משה מקוצר רוח ומעבודה קשה'. מען האט געהאט זייער א שווער יאהר, השי"ת האט געוועקט כלל ישראל אויף א שווערן אופן. "הייליגע באשעפער שיק א רוח טהרה, וועק אויף כלל ישראל מיט מידות הרחמים. די היינטיגע דורות אויב מען איז מעורר דורך יסורים, אדרבה קען עס שאטן", ווען מען בלאזט שופר איז גנוחי גנח ילולי יליל, אידן זענען יודעים לפתות את בוראם בתרועה, מען ווערט שוין פון דעם אליינס נתעורר לתשובה.

דער רבי שליט''א האט ממשיך געווען אז ס'שטייט אין אליה רבה אז ראש השנה ווערט נתעורר די בכיה פון שרה אמינו בשעת די עקידה. פשט פון די בכיה איז, ביי די עקידה האט שרה אמינו געזעהן די צרות ישראל עד היום הזה, און איר הייליג הארץ האט עס נישט געקענט אריבערטראגן ופרחה נשמתה, רבינו שליט''א האט אויסגעשריגן בבכיות עצומות "און יעדעס יאהר בשעת תקיעת שופר וויינט שרה אמינו די מאמע פון כלל ישראל מיט מיט אלע אידישע מאמעס וואס וויינען יעדער אויף זייערע צרות" און אויסגערכנט צרות וואס אידישע קינדער דארפן געהאלפן ווערן, און דער זכות פון שרה אמינו איז מגין אויף כלל ישראל, און געוואונטשן ברכות.

נאך די דרשה האט דער רבי שליט''א געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 2:00.

נאך די דרשה איז פאהרגעקומען דער ברית ביי ב"ר ברוך ארי' פויגל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.

דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף אויפן באלעמער, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ח ר' מאיר הערש גרינבוים הי"ו און הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו.

2:15 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן מן המצר. רבינו שליט"א האט געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב. בעל מקרא איז געווען הגה"צ הדומ"ץ שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️