בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday26 Elul 57819/3/2021

Report
פרייטאג נצבים ו' סליחות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל. בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר"י.

פתחו לי שערי צדק

נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א אריבער געפארן צום ביהמ"ד החדש מהרש"א, דקהלתינו הק' קרית יואל, אויף שכונת בעיקערטאון אינעם נייעם המספיק וועי. דאס בית המדרש איז דער די 18'טע שוהל דקהלתינו הק' בקרית יואל.

רבינו שליט"א האט קובע געווען די מזוזה, און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים. ביי די מסיבת לחיים איז אויך פאהרגעקומען א מעמד התמנות פארן מו"צ הביהמ"ד, הרה"ג ר' ארי אשר אינדיג שליט"א.

קודם האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו ראה"ק דקהלתינו הק' בקרית יואל און באגריסט דעם מעמד. דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דב''ק ווי דער רבי שליט''א האט - ווי שוין געמאלדן - קורא שם געווען פארן ביהמ"ד ביהמ"ד מהרש"א דקהל יטב לב דסאטמאר לשמו ולזכרו של זקינו הרה"ק פועל ישועות רבי שלום אליעזר'ל מראצפערט זצוק"ל הי''ד. רבינו שליט''א האט דערביי ארויסגעברענגט אז דער נאמען איז זייער פאסיג, ווען דער ביהמ"ד געפונט זיך הארט נעבן די ראצפערט גאס אין קרית יואל, און געוואונטשן ווארימע ברכות הקודש פארן נייעם מו"צ הביהמ"ד.

נאך די דב"ק האט אויפגעטרעטן די נייע מו"צ הרה"ג ר' ארי אשר אינדיג שליט"א. דערנאך האט רבינו שליט"א געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די עסקנים ומתפללים און פארטיילט שריים פאר די גבאים ועסקנים.

נאכדעם האט זיך רבינו שליט"א אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד און ביים מקוה.

נאך די מעמד איז רבינו שליט"א געפארן אויף מאנסי ווי דער רבי שליט''א האט מנחם אבל געווען הגה"צ ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אב"ד נייטרא מאנסי, ע"פ אחיו הגה"צ ר' שמואל דוד זצ''ל ר''מ ישיבת קרית נייטרא.

בברכת שבתא טבא

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️