בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday23 Elul 57818/31/2021

Report
מאנטאג נצבים ב' סליחות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות בבית מדרשינו הגדול בקר"י. בעל תפלה איז געווען הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קרית יואל. מען האט גענדיגט ארום 6:30.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר"י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב''ר יושע קאהן הי''ו.
ב''ר משה נסים מזרחי הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א געבלאזן שופר, און ביי תהילים געזאגט 15 קאפיטלעך כנהוג.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכן מסיבת לחיים האט רבינו שליט''א קובע מזוזה געווען אויף חדרו הפרטי החדש בביהמ"ד הגדול, נדבת לבו פון הרבני הנגיד ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.

נאכמיטאג ארום 4:00 ביים אנקומען אין בארא פארק איז רבינו שליט"א געווען מנחם אבל זיין משפחת הגה"צ ר' חיים יצחק אייזיק טייטלבוים זצ"ל אב"ד סלאטפינא נכד רבותינו הק', צווישן זיי בנו הרה"ג ר' ליפא ט"ב שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' באנטווערפן. עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער צדיקי ומנהגי בית סיגוט.

ארום 4:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו ווי עס איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה לקראת ימי הרחמים והרצון פאר אנ"ש אין שטאט, ווי עס זענען אריין שווערע הונדערטער אידן צווישן זיי צענדליגע רבנים פון שטאט, וואס האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו 9 שעה פון 4:30 ביז 1:30.

ביי די זמני כניסה האט -ווי שוין געמאלדן- באזוכט ביי רבינו שליטא הגה"צ ר' בנציון הכהן שטראסער שליט"א אבד"ק נייטרא בארא פארק, ווי רבינו שליט"א האט אים איבערגעגעבן א מתנה א נייער "טלית" וואס די ציצית איז געמאכט געווארן פון די וואל וואס רבינו שליט"א האט אליינס געשניטן און מקיים געווען די מצות מתנת כהונה ביים היסטארישען מעמד ראשית הגז פארגאנגענעם חוה"מ פסח.

ארום 2:00 איז רבינו שליט"א אנגעקומען בביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️