בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ג אלול תשפ"א8/31/2021

באריכט
זונטאג נצבים א' סליחות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

במוצאי מנוחה קדמנוך תחילה
זונטאג פארטאגס 5:18 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל, ווי דער ריזן ביהמ"ד איז געווען מלא על כל גדותיו עד אפס מקום, אלע שטיבלעך און פאלישען הולוועיס און דורכגענג, מיט שווערע רבבות אידן וואס זענען געקומען זאגן די ערשטע סליחות במחיצת הקודש.

רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה בבכיות נוראות, מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע, געברענגט דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, און פארגעזאגט אין א סליחות פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע געברענגט דורך הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:20.

נאך סליחות האט זיך געזעגענט הגה"צ אבד"ק ור"מ קהלתינו מאנטשעסטער שליט"א, וועלכע האט געוויילט אויף שבת און א' סליחות בצל הקודש.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר"י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה ב"ר מתתי' אירגאס הי''ו.
ב"ר מרדכי לאנדא הי''ו.
ב"ר אברהם יושע גלויבער הי''ו.

נאכן דאווענען איז רבינו שליטא געווען אויף די באזוך אין בית השחיטה המהודרת.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 5:30 ביז 10:30.

נאך מעריב איז אריבערגעקומען צו רבינו שליט"א הגה"צ ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' במאנטריאל, אפנעמען ברכות קדשו לרגל די חתונה פון בנו החתן למז"ט וועלכע איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך, ווי רבינו שליט"א האט אים ווארעם אנגעווינטשן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 811