המשך באריכט שב''ק פרשת כי תבא בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רעוא דרעוין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 8:05, מנחה: הרה"ח ר' חיים שמואל שפילמאן הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב בר יחזקאל שרייבער הי"ו (לאנדאן), כהן: הרה"ג ר' אברהם שמחה פריעדמאן שליט"א, לוי: הרה"ח ר' דוד ברי"ב ווערצבערגער הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' אהרן משה שווארץ (מאנטריאל), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרב שלמה זלמן הורוויץ בן אב"ד מאנטשעסטער.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "ולקחת מראשית כל פרי האדמה" און געטייטשט בדרך מוסר אז דורשי רשומות זאגן אז די ר"ת איז בגימ' מקוה, קען זיין לויט ווי רביה"ק זי"ע זאגט אין ברך משה אז 'מקוה ישראל די האפענונג פון אידן איז, ה' די מידות פון הקב"ה' און אזויווי די מידות פון הקב"ה איז אין סוף די זעלבע איז אויך תשובה וסליחה איז אין סוף, פארדעם שטייט מען אויף צו סליחות תיכף נאך שב"ק 'במוצאי מנוחה' ווייל שבת איז שמה דקוב"ה און אז מען היט שבת כהלכתה איז שורה די שם הוי"ה אויפן מענטש 'ושם ה' נראה עליך' און מען איז זוכה צו די מידות פון הקב"ה אז סאיז דא סליחה עד אין סוף. און ממשיך געווען מיט לענגערע דברי התעוררות בבכיות נוראות להכנה לימי הסליחות. ביים סוף פון די דב"ק האט דער רבי מסיים געווען ביי די ברכות הקודש בקול בוכה "אידישע קינדער קומען זיך אויסגיסן דאס הערצער אידישע קינדער קומען זיך צוזאם בבתי כנסיות ובבתי מדרשיות מתפלל זיין צום הייליגן באשעפער אידישע קינדער קומען זיך אויסבעטן בכל מילי דמיטב, אידישע קינדער זענען צובראכן, אזעלעכע צובראכענע הערצער קומען אין די ביהמ"ד 'לב יודע מרות נפשו' יעדער איינער ווייסט זיין ביטערע פעקל זיינע ביטערע צרות, הקב"ה איז 'שומע אל הרנה ואל התפלה' הקב"ה הערט צו צו יעדעמס תפלה צו יעדעמס בקשה, בקשות פון אידישע קינדער זענען זייער אסאך זייער שווערע הערצער, מען גיסט זיך אויס פארן הייליגן באשעפער זה בכה וזה בכה, א שווער יאר אדורך פאר כלל ישראל 'אידישע קינדער זענען צובראכן כחרס הנשבר'. מען איז מזכה נאכאמאל די הייליגע טעג מען דארף מתפלל זיין צו הקב"ה אז הקב"ה זאל ממלא זיין די בקשות פון כלל ישראל, הקב"ה איז א אין סוף, זיין רחמנות איז א אין סוף, הקב"ה איז כל יכול, ער זאל ממלה זיין אלע בקשות פון יעדן איינציגע איד, יעדער אייניציגסטער איד וואס ער איז מתפלל און בעט פון הקב"ה 'שומע תפילה עדיך כל בשר יבואו' יעדער איינער קען קומען צום בוכ"ע יעדער איינער קען זיך אויסגיסן זיין הארץ יעדער איינער קען מתפלל זיין צו השי"ת הקב"ה איז א 'שומע תפילות כל פה' פון יעדן איינציגען איד בכל מקום שהוא. עס קומט דעי הייליגע זמנים מען איז מתפלל צום בוכ"ע "הקב"ה הערט צו צו יעדן איינציגסטע תפלה, צו יעדע איינציגסטע בקשה", דער אייבערשטער זאל העלפן מזאל מיר זוכה זיין השי"ת ימלא משאלות לבינו לטובה השי"ת זאל ממלא זיין אלע בקשות פון אידישע קינדער עס זאל 'בני חי ומזוני רויחי' אידישע קינדער דארפן ישועות אידישע קינדער דארפן רפואות אידישע קינדער דארפן אסאך בקשות, דער אייבערשטער וועט העלפן 'תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה' מזאל מיר זוכה זיין צו צו התרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א".
ידיד נפש: הרה"ח ר' אהרן משה שווארץ שליט"א, קל מסתתר: הרה"ח ר' מנחם משה רעטעק הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס, און געזאגט שבע ברכות. מעריב מוצ"ש: הרה"ח ר' הירצקא קאהן הי"ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט 10:35
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️