בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ז אלול תשפ"א8/25/2021

באריכט
מאנטאג כי תבא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר'I בר מצוה בחור ב"ר משה ברוך סרוגא הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור, קאפיטל ו' פסוק ט'.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 1:45 מיטאג איז רבינו שליט"א אריבער געקומען בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה" פארלערנען די 6'טע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'עד אחד נאמן באיסורין'.

ארום 3:00 איז - ווי שוין באריכטעט - געווען אויף א ביקור קודש בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב"ג שליט"א אין באגלייטונג פון בנו הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א ר"י וויזניץ.

ארום 5:45 נאכמיטאג האט זיך רבינו שליט"א -ווי שוין באריכטעט - באטייליגט בשמחת השבע ברכות פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול דשיכון סקווירא.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' אברהם סרוגא הי''ו - ר' דוד דניאל כיבודי הי''ו, באולם קרן ויואל משה.
ר' נפתלי צבי קלאגסברוין הי''ו - ר' יעקב שלמה ארי רובינפעלד הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' זלמן לייב קליין ע"ה - ר' אליעזר צבי קרויס הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

שפעטער אויף די נאכט האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' יעקב יודא גפן הי''ו - ר' יוסף לייב ברוין הי''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 853