בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגט"ו אלול תשפ"א8/23/2021

באריכט
זונטאג כי תבא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף קדושת יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר טובי' עהרנפעלד הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אלי' פארקאש הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

ארום 2:00 מיטאג איז רבינו שליט"א אריבער געקומען בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה" פארלערנען די 5'טע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'עד אחד נאמן באיסורין' און בעפארברייטונג צום דרשת "שבת שובה".

תלמיד חכם שמת הכל כקרוביו

בערך 3:45 נאכמיטאג האט רבינו שליט"א מלוה געווען די מיטה פון הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער זצ"ל דומ"ץ ור"מ תורת משה ד'סאטמאר מאנטריאל, פארענט פון ביתו נאוה קודש.

פארנאכטס ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריבער געקומען בבית מדרשינו בית דוב בקרית יואל ווי עס איז פארגעקומען די חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך די מתפללי הביהמ"ד.

רבינו שליט"א האט געטאנצן די ריקודי קודש מיט די ספר תורה, און דערנאך מכבד געווען צו טאנצען הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד און הרה"ג ר' אלתר ט"ב שליט"א משפיע רוחני בביהמ"ד. נאך די ריקודין האט רבינו שליט"א פארגעזאגט לדוד מזמור.

נאכדעם האט רבינו שליט"א קובע מזוזה געווען אויפ'ן שער הביהמ"ד ביים נייעם צוגעבויטן פליגעל, און זיך אומגעקוקט אויפן נייעם "היכל התורה" און מכבד געווען דעם נדבן הנגיד ר' פנחס שפירא הי"ו צו קובע מזוזה זיין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️