בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday15 Elul 57818/23/2021

Report
המשך באריכט שב"ק פרשת כי תצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

רעוא דרעוין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 8:20. מנחה: הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי''ו (וומסב"ג). הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי''ו, כהן: הרה"ח ר' ישראל לייב כהן הי''ו, לוי: הרה"ח ר' יצחק לעווי הי''ו (אנטווערפן), שלישי: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי''ו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' פנחס משה לאנדא הי''ו (בארא פארק).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "כי ה' אלוקיך מתהלך בקרב מחניך להצילך ולתת אוביך לפניך" און געטייטשט בדרך מוסר אז חודש אלול ווען אידן זענען מתפלל ביים הייליגן באשעפער להפקד בדבר ישועה ורחמים, מען בלאזט שופר און מען איז מקיים דעם 'זכרו בוראכם' מען איז זיך מתבונן צו מען איז ממלא דעם תכלית הבריאה פארוואס מען איז אראפגעקומען אויף דעם עולם, דינען דעם באשעפער ושמירת התורה והמצוות, וועט הקב"ה אוודאי מקיים זיין דעם 'וזכרינו ה' אלוקינו בו לטובה'. און ממשיך געווען מיט לענגערע דברי התעוררות בבכיות נוראות לקראת הימי הרחמים, "אידישע קינדער זענען מרבה בתפלה ובתחנונים אין חודש אלול, די בקשות פון אידישע קינדער זענען זייער אסאך, צרכי עמך ישראל מרובים. סאיז ליידער אדורך א שווער יאר פאר כלל ישראל, אידישע קינדער בעטן ביים אייבערשטן א הקב"ה זאל אונז געדענקען די אלע צרות און די אלע שברי לב וואס אידישע קינדער האבן נעבעך מיטגעמאכט במשך די גאנצע יאר זה בכה וזה בכה, א שווער יאר אדורך אזויפיל עגמות נפש מיט אזויפיל צרות אזויפיל אידישע קינדער זענען ציבראכן. משטייט שוין נאכאמאל אין חודש אלול מען גרייט זיך נאכאמאל צום הייליגן טאג, סקומט ראש השנה 'בראש השנה יכתבון וביום צום כיפור יחתמון' סאיז פאריאר אויך געווען ר"ה אין יו"כ מען האט געהאפט אויף א כתיבה וחתימה טובה ליידער יעדער ווייסט ווי אזוי עס איז אדורך דאס יאר, "אידישע קינדער זענען מתפלל און האפן אויף א בעסערע יאר אויף א בעסערע כתיבה און אויף א בעסערע חתימה" מען בעט דעם הייליגן באשעפער זאל געדענקן וואס אלע אידישע קינדער האבן מיטגעמאכט די אלע צרות די אלע עגמות נפש פון כלל ישראל". דערנאך האט רבינו שליט"א ממשיך געווען בדברי מוסר והתחזקות לחודש אלול. ביים סוף פון די דב"ק האט דער רבי מסיים געווען ביי די ברכות הקודש בקול בוכה הקב"ה וועט געדענקען יעדעם איינעם, בכלליות ישראל ובפרטיות, יעדן איינציגען איד מיט אלע פרעזענליכע בקשות, קיינער איז נישט גלייך צום צווייטען, יעדער האט זיך זיינע בקשות זה בא בכדו וזה בא בחביתו, 'יעדער קומט צום הייליגן באשעפער' "דא אידן וואס דארפן געהאלפן ווערן מיט קינדער אידן דארפן געהאלפן ווערן מיט פרנסה אידן דארפן געהאלפן ווערן מיט רפואות, אידן דארפן געהאלפן מיט ישועות, זה בכה וזה בכה", אידישע קינדער גיסן זיך אויס דאס הארץ פארן הייליגן באשעפער "אנא ה' הושיעה נא" דער אייבערשטער זאל העלפן 'מען דארף א גרויסע ישועה' הקב"ה זאל חלילה נישט מעלים עין זיין, הקב"ה זאל אונז געדענקן ביום הזכרון הזה 'זכרינו ה' אלוקינו בו לטובה', אין דעם יום הזכרון זאל הקב"ה געדענקן כלל ישראל לטב ולחיין ולשלם, דער אייבערשטער זאל העלפן סזאל זיין 'תכלה שנה וקללותיה, תחל שנה וברכותיה' מזאל מיר זוכה זיין צו א 'כתיבה וחתימה טובה' אין אלע ענינים, דער אייבערשטער זאל העלפן מזאל זוכה זיין צו התרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א".

ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' מרדכי וויינבערגער הי''ו (לאנדאן). דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א צו זאגן שבע ברכות. מעריב מוצ"ש: הרה"ח ר' מנחם זאב מקבצקי הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט 10:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️