בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"א אלול תשפ"א8/19/2021

באריכט
דינסטאג כי תצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און מוהלת.

ביים אנקומען אין ישיבה האט הרה"ג ר' הערשל קאהן שליט"א ר"מ במתיבתא איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א באריכט פונעם באזוך אין קהילת גרים "אור חדש דרבינו יואל" אין גואטאמאלא דורך רבני ודייני קהלתינו הק', צו שטעלן די קהילה אויף די ריכטיגע יסודות כדת משה וישראל בכל פרטיה. ווי עס איז פארגעקומען א שמחת החתונה, שמחת הברית מילה, הכנסת ספר תורה, און הנחת אבן הפינה פאר א מקוה טהרה.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל דוד ווייס הי''ו.
ב"ר יושע פרענקל הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק י"ג.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:45 מיטאג איז רבינו שליט"א אריבער געקומען בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה" פארלערנען די צווייטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'עד אחד נאמן באיסורין' און בעפארברייטונג צום דרשת "שבת שובה".

נאכמיטאג ארום 4:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין וויליאמסבורג - ווי יעדן דינסטאג - ווי עס איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה לקראת הימי הרחמים והרצון וואס האט זיך פארצויגן פאר אריבער 7 שעה פון 4:30 ביז נאנט צו 12 אויפדערנאכט.

ביי די זמני כניסה איז פארגעקומען א סיום כתיבת ספר תורה פאר די ס"ת וואס ווערט אריינגעגעבן דורך הרה"ג ר' צבי אלימלך רוקח שליט''א אב''ד בערטש פלעטבוש, ווי רבינו שליט"א האט אריינגעשריבן די אויתיות און געוואונטשן ברכות קדשו.

אויך זענען אריין געקומען בקודש פנימה - ווי שוין געמאלדן - די הנהלת ממלכת התורה שע"י ישיבה קטנות במוסדותינו הק' וומסב"ג ווי רבינו שליט"א האט קורא שם געווען פאר די נייע זעקסטע ישיבה קטנה ישיבת אהבת התורה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️