בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday9 Elul 57818/17/2021

Report
מאנטאג כי תצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' בעריש מערץ הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף ''זרע קודש'' בביהמ''ד הגדול בקר''י, בהנהלת הרה"ג ר' אשר ווידער שליט"א, לרגל די שמחת הברית מילה פון בן המנהל שליט''א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, רבינו שליט''א האט געוואונטשן ברכות קדשו פאר די מנהל שליט''א פאר די זיידעס און פאר די בחורים.

אויפן וועג ארויס האט זיך רבינו שליט''א אומגעקוקט ביי די בוי ארבעט ווי מען פארברייטערט די עזרת נשים לקראת די הייליגע טעג.

ארום 1:45 פארמיטאג איז רבינו שליט"א אנגעקומען בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה" פארלערנען די ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'עד אחד נאמן באיסורין' און בעפארברייטונג צום דרשת "שבת שובה".

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
הרה"ג ר' יחזקאל יעקב יודא היילברוין שליט''א - ר' חיים ארי' שמעלצער הי''ו, באולם קרן ויואל משה.
ר' ברוך מאיר בראדער הי''ו - ר' מאיר אלי אקער הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' טובי' פעלדמאן הי''ו - ר'אברהם מתתי' סטראלאוויטש הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
.

שפעטער אויף די נאכט האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' אברהם סופר הי''ו - ר' יואל ב''ר יונה בערנאטה הי''ו.

ארום 10:35 איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי רבינו שליט''א כ''ק אדמו''ר ממשכנות הרועים שליט''א אפנעמען ברכות קדשו לרגל די חתונה פון נכדו החתן בן בנו הגה''צ לוחם מלחמת ה' ר' שאול יצחק ראבינאוויטש זצ''ל אב''ד משכנות הרועים קרית יואל. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות, און דער רבי האט אים ארויס באגלייט ביזן טיר.

שפעטער איז אריבער געקומען צו רבינו שליט''א בנו בכורו הגה''צ אבדק''ק ור''מ וומסב''ג שליט''א אינאיינעם מיט הנהלת בית האופה דקהלתינו הק', לקראת דעם בעפארשטייענדן מצות סעזאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️