בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגז' אלול תשפ"א8/15/2021

באריכט
במוצאי יום מנוחה

נעכטן מוצאי שב"ק אין מאנסי איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אריבער געגאנגען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון אריבער א האלבע שעה, ווי מען האט ארומגערעדט הערליכע ענינים בדברי תורה וחסידות. די וויזניצע רבי שליט''א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און ארויסבאגלייט ביז די גאס.

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער אויף א באזיך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' רפאל פערלמוטער מראה"ק במאנסי, וועלכער האט אפגעקויפט עטליכע זכותים אין די בניני המוסדות אין מאנסי. עס איז פארגעקומען א "מעמד חתימות שטרות" און דער רבי האט געוואונטשן ווארעמע ברכות הקודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️