בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגז' אלול תשפ"א8/15/2021

באריכט
=חלק ב' באריכט שב''ק שופטים בקרב קהלתינו הק' במאנסי.=

נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם שיפף הי''ו צו קידוש. דער רבי שליט''א האט קידוש געמאכט און מען האט געזינגען נגונים. עס זענען געקומען שלום נעמען הגה"צ אב"ד נייטרא מאנסי שליט"א און הגה"צ ר' אברהם יחזקאל פריעדמאן שליט"א אב"ד קאמאדא. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די רבנים איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין מאנסי און איבער אידישקייט אין שטאט, ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז "א איד דארף וואוינען צווישן אידן". אויך האט דער רבי ארומגערעדט איבער אידישקייט פאר די מלחמה און היינט, און זיך אויסגעדריקט אז "עס לערנען היינט מער בחורים אין די ישיבות ווי עס האבן געלערנט אין גאנץ אייראפע". דערנאך האט רבינו שליט"א געוואונטשן פאר די רבנים, די בעל אכסניא ובני ביתו.

מיטאג טיש איז געווען אין שטוב פונעם בעל אכסניא הרה"ח ר' משה יוסף הארטמאן הי"ו, ווי עס זענען געווען געלאדענט נגידי ותומכי המוסדות וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים פארן מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט פון די אויפבוי פון די מבצרים אדירים פאר די מוסדות הקדושים אין מאנסי.

הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א האט אויפגעטרעטן בדרך שאלה ותשובה מיט הרה"ג ר' לייביש וויינפעלד שליט"א פון זיינע זכרונות מיט יארן צוריק אינעם סיגוט'ע ישיבה ביי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, ווי מען האט געהאט די זכיה אז רבינו שליט"א האט אויך מוסיף געווען מדיליה, וואס האט זיך פארצויגן בנועם שיח במשך די סעודה. ביים סוף סעודה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד יודא הירשפעלד שליט"א דומ"ץ מונקאטש, וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א און ארומגערעדט בשבח תומכי ומחזיקי התורה. במשך די סעודה האט אנגעפירט די נגונים וזמירות הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.

אויך איז אנגעקומען ביים סעודה שלום נעמען הגה"צ אב''ד טאשנאד שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט"א מכבד געווען, ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' מיכאל הערצאג הי''ו, ברוך קל עליון: הרבני הנגיד ר' ישראל שיפף הי''ו - מראה"ק. מיט בענטשן האט רבינו שליט"א מכבד געווען דער בעל אכסניא הרה"ח ר' משה יוסף הארטמאן הי''ו. מען האט געענדיגט 3:30.

נאכמיטאג ארום 6:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו "פרקי אבות". דער רבי שליט''א האט זיך געשטעלט אויף פרק ו' משנה ב' "אוי להם לבריות מעלבונה של תורה" און געטייטשט אויף 12 אופנים בדרך אגדה, דרוש, ומוסר. רבינו שליט''א האט גערעדט איבער די כח פון עסק התורה און די הארבקייט אויב מען איז חלילה מבזה די תורה, די כח פון די תורה הק' מהפך זיין מידות הדין לרחמים. און ביים סוף מעורר געווען זיך צו האלטן צווישן ערליכע אידן נישט זיך צישפרייטן אין די גלילות'ער, און איבער צמצום הוצאות ביי שמחות, און טעכנילאגישע כלים. אזוי אויך מעורר געווען לתשובה ולתיקון המעשים לקראת ימי אלול הבאים לקראתינו. מען האט געענדיגט 8:00.

נאך פרקי אבות איז רבינו שליט"א אריבער אינעם היכל התורה צו די "חברת תהילים" פון די תשב"ר, די רבי שליט''א האט מיטגעזאגט מיט די קינדער קאפיטלעך קכ"א - קכ"ב, און דערנאך משמיע געווען קורצע דב"ק איבער די גרויסקייט פון זאגן תהילים בכלל, ובפרט אין חודש אלול, און אנגעוואונטשן אז עס זאל נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 885