בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday5 Elul 57818/13/2021

Report
דאנערשטאג שופטים בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל בר"ח שפיטצער הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג'.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור.

נאכמיטאג ארום 7:00 איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, צו לאדענען דעם רבין און אפנעמען ברכות קדשו צו דער חתונה פון זיין קינד למז"ט.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
הר"ר שלמה יוסף לאנדאו שליט"א (לאנדאן) - הר"ר יושע מארקאוויטש שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' אהרן זאב גלויבער הי"ו - ר' יצחק משה רייך הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

שפעטער אויף די נאכט האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים:
ר' אהרן אונגאר הי"ו - ר' אברהם לייב וועכטער הי"ו.

ארום 10:45 איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א הגה"צ אב"ד טאשנאד מאנסי שליט"א. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די שטאט טאשנאד און איבער ישיבות אינדערהיים. רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים געוואונטשן ברכות קדשו און ארויס באגלייט ביז דער טיר.

אויך איז געווען אויף א באזוך הרה''ג ר' יעקב ווייס שליט''א מרבני קהלתינו במאנסי, אינאיינעם מיט הרב אהרן יקותיאל בערקאוויטש, חבר וועד החינוך במוסדותינו הק' במאנסי, לקראת די געהויבענע שבת בקרב אנ''ש מאנסי דעם שב"ק שופטים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️