בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגה' אלול תשפ"א8/13/2021

באריכט
מיטוואך שופטים בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר חיים הערש אבערלענדער הי''ו.
ב"ר מאיר מענדל בראך הי''ו.
ב"ר יואל ווערטהיימער הי''ו.

דערנאך האט רבינו שליט"א געצינדן 5 ליכט לכבוד די יארצייט פון די באבע, די וואלאווע רעביצין ע''ה.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור קאפיטל ה' פסוק י"ג.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

פארמיטאג האט רבינו שליט"א פארהערט בביתו נאוה קודש "שו"ע יו"ד ח"א" עטליכע בחורים המצטיינים פון ישיבתינו "מתיבתא הקדושה", ה"ה:
הבה"ח צדוק בן הר"ר יחזקאל היילברוין ני"ו.
הבה"ח נתנאל ב"ר יקותיאל זושא ווייס ני"ו.
הבה"ח יחיאל מיכל ב"ר יואל כ"ץ ני"ו.
הבה"ח שלמה זלמן בן הר"ר מיכל טרעגער ני"ו.

נאכמיטאג ארום 2:40 האט זיך רבינו שליט"א באטייליגט ביי די לוי' פון הבה"ח אהרן ע''ה בן הרה''ח ר' מענדל ברא"ש פריעדמאן הי''ו מתלמידי מוסדותינו הק' בקר"י וועלכע איז אומגעקומען אין א שוידערליכן עקסידענט ר''ל. רבינו שליט"א האט זיך באטייליגט ביים לוי' פארנט פונעם בנין הישיבה קטנה 'סניף ייטב פנים', און דערנאך מלוה געווען די מיטה פאר עטליכע מינוט.

יהי"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, ושנשמע ונתבשר בשורות טובות.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
הר"ר נתן דוב שווארץ שליט"א - הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' יעקב יצחק שטוהל הי"ו - ר' אייזיק מאיר בערגער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

ארום 8:20 איז - ווי שוין געמאלדן - געווען אויף א ביקור קודש ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכער וויילט אין די טעג אין ניו יארק לרגל די חתונה פון א אייניקל. דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ארומגערעדט איבערן מצב אין ארץ ישראל. אזוי אויך האט זיך רבינו שליט''א נאכגעפרעגט איבער די חתונה פון זיין אייניקל אין ניו יארק. דערנאך האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן שפת אמת און נאך צדיקים לבית גור. רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים געוואונטשן ברכות קדשו און ארויסבאגלייט ביז די גאס.

שפעטער אויף די נאכט האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' פנחס פראנקעל הי''ו - ר' שמואל הערש פעלדמאן הי''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 769