בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךג' אלול תשפ"א8/11/2021

באריכט
צהלי ורוני יושבת מאנסי כי גדול בקרבך קדוש ישראל

תושבי מאנסי איינגעהילט מיט התרגשות דקדושה מיטצוהאלטן דעם שבת קודש במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיט גרויס פרייד און דערהויבנקייט גרייטן זיך אנשי שלומינו תושבי מאנסי צום ביקור מרומם פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, וועלכע וועט פראווענען דעם געהויבענעם שבת קודש פרשת שופטים ו' אלול יומדהל"ק של זקינו מרנא ורבנא הגה"ק בעל ייטב לב זיעוכי"א אינעם עיר ואם בישראל מאנסי, לחזק ולרומם בניית מבצרי מוסדותינו הק' במאנסי וועלכע ווערט געבויעט אין דעי טעג לשם ולתפארת. ווי יאר יערליך ווי רבינו שליט"א פראוועט די ייטב לב'ס יארצייט בקרב קהלתינו הק' מאנסי.

נאך א צייט אפשניט פון 6 יאר וועט מען יעצט ווידער האבן די זכי' אז מרן רבינו שליט"א וועט אפרעכטן דעם שבת בקרב אנ"ש תושבי מאנסי. און אין די זעלבע צייט לייגן די עסקנים אריין אינטענסיווע ארבעט אהערצושטעלן דעם ריזן בנין בית מדרשינו הגדול במאנסי אנגעהויבן ביים היכל הביהמ"ד הגדול פאר די געהויבענע תפילות, וואס ווערט אויסגערישט מיט די מאקסימום צאל זיצן. און ביים גיגאנטישער בנין אינטערן ביהמ"ד הגדול וועלכע איז אפגעקויפט געווארן דורך מוסדותינו הק' פארן באניץ פון די תלמיד תורה, ווי רבינו שליט"א וועט אפרעכטן די הייליגע טישן אשר לפני ה', און דער דערהויבענע סעודת רעווא דרעווין, ווי עס ווערט צוגערישט מיט הונדערטער זיץ פלעצער און הויך שטאקיגע פארענטשעס לענגאויס ביידע זייטן, און פון אינטען א מקום מיוחד פאר די עזרת נשים. צו קענען אקאמאדירן די ריבוי העם פון די הונדערטער אנ"ש תושבי מאנסי וועלכע וועלן זיך קומען מסתופף זיין און מיטצולעבן א שבת במחיצת הקודש.

דעם סעודת יום שבת קודש סעודה עתיקא קדישא וועט מרן רבינו שליט"א פראווענען בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני המפואר ר' משה יוסף הארטמאן הי"ו, אויף א פריוואטע פארנעם אינאיינעם מיט א ענגע צאל מקורבים נגידים ותומכי המוסדות וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים פארן מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט פון די אויפבוי פון די מבצרים אדירים פארן בית רחל.

אין די נאכמיטאג שעות וועט רבינו שליט"א משמיע זיין א שיעור בפרקי אבות, וואו עס וועט זיין א געלעגענהייט צו נהנה זיין מנועם אמרותיו הקדושים, הערליכע דרושים ואגדה, דברי מוסר והדרכה לימי חודש אלול היורדים לחדרי בטן, וחיזוק על נסיונות ופגעי הזמן, ועוד.

נאך פרקי אבות וועט רבינו שליט"א אריבערגיין צו די חברת תהילים פון די תשב"ר און משמיע זיין ברכות הקודש.

דערנאך וועט פארקומען דעם דערהויבענעם סעודת רעווא דרעווין, ווען רבינו שליט"א וועט אנווארעמען די הערצער פון אנשי שלומינו מיט די פייערדיגע של"ש סעודות תורה בדברי מוסר והתעוררות, להלהיב לבבות ישראל.

זונטאג נאכמיטאג וועט רבינו שליט"א צוריקקומען אין מאנסי ווי עס וועט זיין זמני כניסה בקודש פנימה לקראת הימי הרחמים והרצון להפקד בדבר ישועה ורחמים פאר אנ''ש תושבי מאנסי.

לקראת שבת לכו ונלכה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️