בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday1 Elul 57818/9/2021

Report
זונטאג שופטים בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל פישל פריעד הי"ו ווי דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און מוהלת.

דערנאך האט רבינו שליט"א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר משה אליעזר ראזענפעלד הי"ו.

דערנאך האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אויפן יערליכע באזוך אין די קעמפס שע"י מוסדותינו הק' וומסב"ג - בארא פארק.

ארום 10:20 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום אינגל קעמפ "מחנה רב טוב" אין מאנטיסעלא.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי כתות ו' ז' ח'. פארן דאווענען איז פארגעקומען דער מעמד הנחת תפילין פאר נכד רבינו שליט"א חתן הבר מצוה הב' יקותיאל יהודה בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א

דערנאך האט רבינו שליט"א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים
ב"ר אסף וואלבערג הי"ו.
בן הרב אשר חיים ווייזער הי"ו.
ב"ר יושע דוד וואלדמאן הי"ו.
ב"ר שמואל שלמה טעללער הי"ו.

ביי הלל איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען און יורד געווען לפני התיבה מיט גרויס התעוררות.

צו מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אינעם חדר האוכל און זיך אומגעקיקט מיט א קורת רוח אויף די תשב"ר ביים בענטשן ברהמ"ז.

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען אין די בתי מדרשים פון די תשב"ר ווי דער רבי האט זיך אומגעקיקט מיט א געוואלדיגן קורת רוח אויף די לימודים, און אריבער צווישן די טישן און פארהערט די לימודים.

צום ערשט איז דער רבי אריבער ביי די עלטערע כתות פון סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, סניף הר"ר יואל מאיר פריעדמאן שליט"א, סניף הר"ר זרח שפירא שליט"א, סניף הר"ר משה אלי' גרין שליט"א. און דערנאך ביי די חדרים פון כתות א' ב' ג'.

עקסטערע האט רבינו שליט"א פארהערט מיט קורת רוח א לענגערע צייט זיין איר-אייניקל, הילד הח' בן הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אבד''ק ור''מ דקהלתינו וומסב"ג שליט"א.

נאכן באזוך אין די בתי מדרשים זענען זיך אלע תשב"ר צוזאמגעקומען אינעם חדר האוכל צום מעמד קבלת פנים פאר רבינו שליט"א די קינדער האבן פארגעזונגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די תשב"ר און דערנאך משמיע געווען דברות קודש בדברי מוסר והתחזקות לקראת ימי אלול און פארענדיגט בברכת קדשו. דערנאך האט מען פארטיילט שיריים פאר אלע קינדער.

ארום 4:00 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום באזוך אינעם בחורים קעמפ "מחנה רב טוב" אין סוואן לעיק.

ביים אנגעקומען איז דער רבי תיכף צוגעפארן צום בתי מדרשים ווי די בחורים לערנען, דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקן קורת רוח, דער רבי איז ארום צווישן די טישן און פארהערט די בחורים די לימודים, צום ערשט אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' בארא פארק בהנהלת הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א און דערנאך אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' וומסב"ג בהנהלת הרה"ג ר' יודא בער טעללער שליט"א.

דערנאך ארום 4:35 איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים אין ביהמ"ד.
מען האט געזינגען חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די תשב'ר און דערנאך משמיע געווען דברות קודש בדברי מוסר והתחזקות לקראת ימי אלול און פארענדיגט בברכת קדשו. דערנאך האט מען פארטיילט שיריים פאר די בחורים.

ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין מחנה בית רחל צום ערשט האט דער רבי משמיע געווען גאר שטארקע דברי מוסר והדרכה בפרט בעניני צניעות פאר אלע תלמידות.

דערנאך ארום 6:00 האט דער רבי אריבערשפאצירט צום קאנטרי און באגלייטונג פון די ראשי הקריה, ווי עס איז פארגעקומען די מעמד "קביעות מזוזה - וחנוכת הבית" פארן נייעם ביהמ"ד בית אברהם יוסף ושרה, שע"י מחנה בית רחל. ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט רבינו שליט"א פארטיילט ספר הק' לב אהרן פאר די לומדי הכולל אין מחנה בית רחל, דערנאך האט דער רבי געפראוועט די מסיבת לחיים און משמיע געווען דברות קודש. און דערנאך האט הרבני החסיד ר' מאיר הירש הי"ו מנהל המוסדות קובע מזוזה געווען.

פון דארט איז דער רבי אריבער בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️