בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday27 Menachem Av 57818/5/2021

Report
דאנערשטאג ראה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען דער פאלגנדער ברית'ן, ווי דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און מוהלת. לבן הנולד:
לר' אברהם שמחה הירש הי"ו.
לר' יואל יצחק ראטה הי"ו.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב''ר יעקב בנציון לעווי הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג'.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור.

ארום 12:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל הישיבה צו תפילת יו"כ קטן. נאך יו"כ קטן האט דער רבי שליט''א געזאגט די ווידוי פון רבינו ניסים בבכיות נוראות. דער בעל תפלה איז געווען הרה"ג ר' שמואל קרויס ר''מ בישיבה. מען האט געענדיגט ארום 1:10.

נאכמיטאג איז -ווי געמאלדן- געווען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקאליע ב"פ שליט"א, וועלכער האט אויך אויפגעטרעטן בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד' און בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים. אויך האט ער ארויסגעברענגט פארן רבין זיין התפעלות פון די בחורים תלמידי ישיבתינו הק'. רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים און דערנאך ארויסבאגלייט.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים:
ר' משה חיים וויעדער הי"ו - ר' ישראל ברוך הערשקאוויטש הי"ו.

ארום 11:00 איז געווען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א רבני ארגון "אדאפט א כולל" וועלעכע העלפן ארויס כוללים בארה"ק דורך שליסן א שותפות מיט א ביהמ"ד אין חוץ לארץ. אויך האט זיך באטייליגט הגה"צ ר' בנציון לאוב שליט"א רב דבית מדרשינו ישמח משה בוומסב"ג, וואס די ביהמ"ד האט געשלאסן א שותפות. רבינו שליט"א האט זיך נאך געפרעגט אויף די פעולות און געוואונטשן ברכות קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️