בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday25 Menachem Av 57818/3/2021

Report
מאנטאג ראה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב''ר יואל וויזעל הי"ו.
ב''ר יעקב מרדכי לאנדא הי"ו.
ב''ר מרדכי לייב צוויבל הי"ו.
ב''ר יחזקאל יחיאל מיכל וויינגארטען הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג', ''הקשיבה לקול שועי מלכי ואלקי, כי אליך אתפלל", מיט דברי מוסר נישט צו ווארטן אויף די לעצטע מינוט ווען סווערט שווער די קשיא 'אי מלכא אנא עד השתא אמאי לא אתית לגבאי', נאר החכם עיניו בראשו יעצט אנהייב די ימי הרחמים והרצון ר"ח אלול, ווען דער מלך קומט, מקבל פנים זיין, אזוי אז שפעטער זאל נישט נתעורר ווערן די קשיא.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
הרה"ג ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א אב''ד חאמעלניק מאנסי - ר' אשר ישעי פייערשטיין הי"ו.
ר' יעקב ב"ר שמעי קעסלער הי"ו - ר' יואל בן הר"ר אהרן קויפמאן הי"ו.

ארום 10:40 האט באזוכט ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, כ"ק אדמו"ר משאץ בני ברק שליט"א וועלכער וויילט אין די טעג אין קרית יואל לטובת מוסדות "נועם אלימלך" עטה"ק וואס שטייט תחת נשיאתו. רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מוסד עטה"ק, און איבער די לעצטערע ביטערע געשעענישן ביי כלל ישראל. צווישן אנדערע האט דער שאצע רבי שליט''א אנגעוויזן אויף אויף הרה"ח שלמה מענדלאוויטש דער יו"ר מפעל "עזר הצלה" איבער זיינע פעולות צו העלפן די מנהלים עטה"ק. דערנאך האט אים רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️