בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday23 Menachem Av 57818/1/2021

Report
היינט ביים טעגליכן תהילים שיעור בהיכל המתיבתא האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דערמאנט די שווערע ימי המגיפה וואס איז אדורך ביי כלל ישראל. רבינו שליט''א האט ערווענט אז דער מצב האט זיך ליידער פארערגערט אין די יעצטיגע טעג, ווי רבינו שליט"א האט אויסגעפירט מיט א בקשה צום בוכ"ע אז די בתי מדרשים זאלן בלייבן אפען צו קענען קומען מתפלל זיין.

דוד המלך זאגט אין תהילים קאפיטל ה' ''הקשיבה לקול שועי מלכי ואלקי, כי אליך אתפלל", דאס ענין קען זיין אזוי. מען געדענקט מיר אלע נישט אזוי לאנג צוריק די שווערע זמנים ביי כלל ישראל, מהאט אפגעשלאסן די בתי מדרשים און שוהלן, מען האט נישט געקענט קומען אין ביהמ"ד דאווענען, מען האט נישט געקענט דאווענען מיט קיין מנין נאר אין די הייפער אזוי. 'אידן דאווענען אידן בעטן, איז ב"ה בעסער געווארן דאס ענין'. אבער לעצטענס איז צוריק אביסל שווערער געווארן דער מחלה, מי יודע מה יולד יום. דער אייבערשטער פירט די וועלט, וואס וועט זיך ווייטער דא אפשפילען, קיינער איז נישט קיין יודע עתידות. אידן בעהטן הקשיבה לקול שועי מלכי ואלקי, הער צו מיין געבעט, כי אליך אתפלל, אז מען זאל קענען דאווענען, מען זאל קענען קומען אין ביהמ"ד, מען זאל נישט אפשפארן קיין בתי מדרשים, נישט אפשפארן קיין שוהלן, מזאל קענען דאווענען, מען האט א בקשה צום בוכ"ע הקשיבה לקול שועי מלכי ואלקי כי אליך אתפלל, מען וויל קענען קומען דאווענען אין בתי מדרשים און אין שוהלן די הייליגע טעג און א גאנץ יאר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️