בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday7 Menachem Av 57817/16/2021

Report
פרשת דברים בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם, ניו העמפשיר


=זונטאג=

במשך די וואך האט געוויילט במחיצת הקודש הגה"צ דומ"ץ מעליץ שליט"א.

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם. נאכן דאווענען זענען די פולע געסט פון שבת אריבער זיך געזעגענען.

אזוי אויך האט רבינו שליט''א איבערגעקוקט די רשימה פון די פרישע חתנים במשך די לעצטע צייט אין ישיבה גדולה שיעור ד'.

אויפן וועג אהיים פון ביהמ''ד האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער איבער די מנהג פון רביה"ק זי"ע נישט צו זאגן תחנון ווען מען איז נישט אינדערהיים, און איבער די נסיעה פון הרה"ק משינאווא זי"ע קיין ארה"ק בשנת תרכ"ט.

=מאנטאג=

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער -קרית יואל.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור. רבינו שליט''א האט געוואונטשן ברכת קדשו, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער עולה זיין מפטיר פאר די בר מצוה און איבער נאך מנהגים ביי די בר מצוה. אזוי אויך האט רבינו שליט''א פארציילט עובדות וסיפורים פון רבותינו הק'.

וקוי ה' יחליפו כח יעלו אבר כנשרים. אין די פארמיטאג שעות איז רבינו שליט''א געגאנגען שפאצירן כרגיל בנאות דשא, ווי ס'איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק, א שפאציר וואס איז "כמים קרים על נפש עייפה" וואס וועט בלייבן איינגעקריצט אין זכרון ביי די באטייליגטע. ציווישן די ענינים וואס רבינו שליט''א האט ארומגערעדט איז געווען די נושא איבער די שקיעה ביי געגענטער וואס געפינען זיך אויף בערג -ווי ניו העמפשיר, פאלם ספרינגס, קרית יואל, ירושלים, און וואס א חילוק דא מאכט אויס לגבי די זמנים. אזוי אויך האט מען ארומגערעדט איבער די גזירת ביי כלל ישראל במשך די דורות, גזירת ת"ח ות"ט, איבער די קרייץ צוגן און אירע איבערפאלן אויף די אידישע ישובים, איבער די גזירות המלבושים אין רוסלאנד, און די מלחמה וואס די גדולי ישראל האבן געפירט דערקעגן.
נאכן שפאציר זענען עטליכע געסט פון שבת אריבער זיך געזעגענען.

אויפן וועג אהיים נאך תפילת מעריב בבית המדרש, האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די השגחה און די כשרות פון די מקוה אין בעטלעהעם, ניו העמפשיר.


=דינסטאג=

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם.

ביינאכט פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פונעם אר"י הקדוש זי"ע.

אויפן וועג אהיים האט רבינו שליט''א פארציילט איבער די קורות ימי חייו פונעם אר"י הקדוש זי"ע.


=מיטוואך=

ארום 8:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם. פאר'ן דאווענען האט רבינו שליט''א געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פונעם אר"י הקדוש זי"ע.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי רבינו שליט''א האט דערציילט לענגערע עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע, ובפרט איבער די קברים וואס דער אר"י הקדוש האט אנטפלעקט.

און די פארמיטאג שעות ארום 11:30 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא ווי ס'איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק. צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער "נגונים" אין דער אלטער היים, איבער נגונים וואס איז אויסגעלייזט געווארן פון די גוים דורך די צדיקים, און איבער נוסחאות התפלה ביי צדיקים לבית ראפשיץ, בלאזוב, צאנז, דינוב. אזוי אויך האט רבינו שליט''א פארציילט איבער די תנועות וואס רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע פלעגט זיך אונטערזינגען ביי פארשידענע געלעגנהייטן, ובפרט איבער די ניגון "אדיר הוא יבנה ביתו בקרוב" פסח ביים סדר, וואס איז געווען פון די געהויבענסטע מינוטין ביים סדר.


=דאנערשטאג=

ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם.

און די פארמיטאג שעות ארום 11:15 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא ווי ס'איז פארפירט געווערן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק. צווישן אנדערע ענינים האט מען ארומגערעדט איבער פארשידענע מנהגים איבער זינגען ביים דאווענען, עובדות וסיפורים פון צדיקים הקודמים בעניני חופה וקידושין.

נאך מעריב האבן שלום גענומען עטליכע געסט וואס זענען געקומען מיטלעבן דעם געהויבענעם שבת במחיצת הקודש אין ניו העמפשיר.

אויפן וועג אהיים האט מען ארומגערעדט צווישן אנדערע הלכות ערב תשעה באב שחל בשבת.
=פרייטאג עש"ק=

ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בביהמ"ד קהל יראים,

נאכן דאווענען האבן עטליכע תלמידי הישיבה איבערגעגעבן פאר רבינו שליט''א תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט. דער רבי האט איבערגעקוקט די תירוצים און געשעפט א געוואלדיגן קורת רוח

דערנאך זענען אריבער געגאנגען צענדליגער געסט שלום נעמען, זקנים ונערים, וועלכע זענען זיך געקומען מסתופף זיין במחיצת הקודש און מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת אין ניו העמפשיר.

אויפן וועג אהיים האט זיך פארצויגן א שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין די נייע געגענטער אין וויליאמסבורג, אזוי אויך האט מען ארומגערעדט בנוגע תפלה בציבור און איבער לערנען ערב תשעה באב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️