בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday2 Menachem Av 57817/11/2021

Report
לפני מי אתם מטהרין

מעמד יציקת הבורות פאר די נייע פראכטפולע מקוה המהודרת פארגעקומען אין מחנה חכמת התורה מאנטיסעלאו.

ווי שוין געמאלדן האט די הנהלת ממלכת התורה שע"י מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג אפגעקויפט היי יאר דעם קעמפ פאר די תלמידי ישיבה חכמת התורה, און די געטרייע הנהלה איז תומ"י אריינגעשפרינגן אין א גראנדיעזן פראיעקט צו בויען א צוויי שטאקיגן בנין מפואר וואס אנהאלט (אויבן) א הערליכע היכל ביהמ"ד מיט די צוגעהערן דערצו, און (הינטן) א מקוה מפוארה, וואס די בורות דערפון זענען יעצט געגאסן געווארן מיט אלע הידורים און די ארבייט ווערט אי"ה ווייטער פארגעזעצט מיט א אימפעט צו זיין גרייט צום באנוץ בעז"ה אויף תיכף נאך ת"ב.

דער מעמד איז פארגעקומען ביום ג' פ' מטו"מ, בראשות הגה"צ אבדק"ק ור"מ קהלתינו וומסב"ג שליט"א, און די ארבייט איז אהנגעגאנגן אינטער די השגחה תמידית פון הגאון ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד 'בית מנחם צבי' שע"י קהלתינו הק' און יו"ר רבני וועד הכשרות קר"י. אזוי אויך האבן זיך באטייליגט די רמ"י הישיבה אינטער די פירערשאפט פונעם חשובן מנהל הרה"ג ר' משה אשר צאהלער שליט"א.

תיכף נאך די יציקת הבורות איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל ביהמ"ד החדש, ווי די בחורים האבן געזונגן פאסענדע ניגונים לכבוד המאורע, און דער רב שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה וחיזוק פאר די תלמידי הישיבה.

מקוה ישראל ה'

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️