בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Shabbos Kodesh2 Tammuz 57816/12/2021

Report
הדרא דלא אפשר למיפרט בשפוותא

דאס איז דער טריקענער אויסדרוק אויפ'ן לעכטיגן און גאר דערהויבענעם שב"ק וואס אנשי שלומינו תושבי ארה"ק האבן זוכה געווען מיטצולעבן בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין עיה"ק צפת ת"ו

בלי שום גוזמא! ס'איז נישט מעגליך בכלל אראפצוגעבן אין די ראמען פון א באריכט דאס געהויבנקייט, דאס התרגשות, דאס הייליגקייט פונעם לעכטיגן שבת, אנגעהויבן פון די תפילות ליל שב"ק, דער געהויבענער שלחן הטהור ביז צו די פארטאגס שעה'ן, די תפילות יום שב"ק, דער הערליכער סעודת יום שב"ק אין שפיץ פון מרן רבינו שליט"א, דער התעוררות'דיגער סעודת רעווא דרעווין, די מעמד מרומם מוצש"ק ביים סיום רבתי אויף מסכת יבמות אינעם מסגרת יסודי התורה, דיו אילו ימי וכל מי כנישותא זענען מיר נישט ביכולת דאס צו באשרייבן.

פארט וועלן מיר לתועלת הציבור פרובירן צו באריכטן די בלויזע געשעהנישן און כיבודים וואס זענען פארלאפן דוירכאויס דעם שבת בצל הקודש.

פון דאנארשטאג נאכמיטאג האט מען שוין געזעהן סאטמארע חסידים זיך דרייען אין די געסלך בעיר העתיקה צפת ת"ו ווי ביי זיך אינדערהיים, ספעציעל די וועלכע זענען געקומען מיט זייערע משפחות, אבער דער גרויסער שוואונג האט זיך אהנגעהויבן פרייטאג אינדערפרי נאך תהלים, ווען דער גרעסערער חלק ציבור איז אריבער פון מירון קיין צפת, אידן פון אלע יארגענג און פון אלע שפעט בארה"ק האבן זיך געשלעפט מיט די רענצלך איבער די צפת'ער בערג מיט א געוואלדיגע תשוקה און שמחה, "עפעס א קלייניקייט? מ'זעמיר זוכה צו א שבת מיטן רבין בלויז מיט אונז בני ארה"ק!!!!" .

רבינו שליט"א זעלבסט איז אהנגעקומען קיין צפת שוין נאך די מקוה א האלבע שעה פארן זמן, דאס דאווענען איז פארגעקומען אין א היכל אינעם בנין פון תומר דבורה הארט נעבן דעם צפת'ער ביה"ח, ביים זמן הדלקת הנירות זענען זיך צוזאם געקומען אלע סאטמארע בחורים פון ירושלים און בני ברק צו א ספעציעלע דרשת הכנה פון הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א בן מרן רבינו שליט"א, בערך א 3/4 שעה נאכן זמן ווען דער רבי איז אריינגעקומען אינעם היכל הביהמ"ד וואס איז געווען מלא על כל גדותיו האט דער רבי תיכף ציגעטרעטן צום עמוד צו הודו, די הרגשים פון יענע רגע וואלט מען נישט פארקויפט פאר כל הון בעלמא!

נאך מנחה האט מען געהערט קורצע אבער פלאם פייערדיגע דברי פתיחה פון הרה"ג ר' מרדכי יאזשעף שליט"א, מנה"ר ישיבה גדולה ב"ב, איבער די געגועים און תשוקה פון אונז תלמידי וחסידי רבינו שליט"א בארה"ק צו אבינו רועינו עט"ר שליט"א וכמים פנים אל פנים, און איבער דער תכלית והשפעה וואס מ'דארפ ארויסנעמען פון אזא זעלטענעם געהויבענעם שבת קודש.

צו קבלת שבת איז צוגעגאנגן הרה"ג ר' יושע הערש יאזשעף שליט"א מו"ץ בקהלתינו, א התרגשות'דיגע לכה דודי העכערן ציון הק' פונעם בעל לכה דודי, די ריקודין ביי בואו בשלום, ווען א האלבער עולם שטייט אויף די בענקלעך און טישן מיט די קינדער אין די הענט לראות את הצדיק בעבודתו, און דער רבי טאנצט בכל כוחו לכבוד שבת, אויסגעדרייט בלויז צו די רעכטע זייט כמנהג צפת אז מ'דאווענט צו דרום און צו בואו בשלום דרייט מען זיך צו מעריב, און מ'זינגט איבער דער ניגון נאכאמאל און נאכאמאל, אט דאס איז געווען א מחזה נורא צו געדענקן, דערנאך די פייערדיגע ריקודין בר יוחאי כמנהג מירון לכבוד התנא אלוקי, האט יעדן ארויף געטראגן אין די הויכע ספערן.

נאכן דאווענען איז דער גאנצער עולם אריבער 'גוט שבת זאגן', וואס האט גענומען א לענגערע צייט, דער ציבור איז אריין אין זאל עסן די סעודת שבת, ווען דערביי האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה הגה"צ חדב"ן רב ד'ביהמ"ד אוהל פיגא שליט"א , און מ'האט געזינגען זמירות שירות ותשבחות בדיבוק חברים.


צו די באשטימטע צייט איז דער גאנצער עולם ארויס אין הויף צום ספעציעל אויסגעשטעלטן שלחן הטהור. דער שטח האט זיך בליץ שנעל אנגעפילט עד אפס מקום אז ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס פירן טיש אויף דעם ארט איז געווען א באזונדערע סייעתע דשמיא כדי יעדער זאל האבן פלאץ.


האב'נדיג די מעלה אז דער שטח געפינט זיך צופיס'נס פונעם בארג, הארט נעבן דעם בית החיים העתיק אין צפת, האט מען געקענט אויף די בערג העכערן שטח אויסשטעלן גענוג פלאץ פאר די הונדערטער נשים פון אנ"ש בארה"ק זאלן גענען גוט מיטהאלטן דעם גאנצן טיש.

בערך אום 11:30 איז מרן רבינו שליט"א ארויסגענומען צום שלחן הטהור און אנגעהויבן שלום עליכם באש להבה כדרכו בקודש. א ברען האט ארומגענומען אלע תלמידים וחסידים וואס האבן שוין אזוי לאנג ארויסגעקוקט אויף אט דעם געהויבענעם מאמענט.
מיט אשת חיל האט דער רבי שליט"א מכבד געווען בנו בכורו מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א. תיכף נאך די פריסת המוציא האט דער רבי שליט"א אויפגעהויבן דעם גאנצן ציבור און אריבערגעפירט קיין את"ק מירון, מיט א הקדמה פון א צאנזע מעשה האט דער רבי ארויסגעברענגט אז קומען קיין צפת ווען מען קען נישט זיין אין מירון איז נישט גורע נאר מוסיף, און תיכף ארויס אין א פייערליכע טאנץ לכ' התנא האלוקי רשב"י.

נאך איידער מען האט אויפגעגעבן די פיש האט מען פארברענגעט מיט שירות ותשבחות און דברות קודש לכבוד התנא אלוקי רשב"י על דרך דרוש וחסידות.

במשך דער טיש האט דער רבי שליט"א עטליכע מאהל מאריך געווען בדברות קודש. מיט כל מקדש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' אליעזר ערענסטער רב דק' מאור חיים צפת שליט"א און מיט מנוחה ושמחה הגה"צ רב ד'צאנז שטובל בצפת שליט"א. מיט קה אכסוף האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אדמו"ר מ'סערעדנא-ב"ב שליט"א, מיט ברכהמ"ז בנו בכורו מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, דערנאך האט דער רבי שליט"א דערציילט א לענגערע סיפור איבער דודו מרן רביה"ק ז"ל ווען ער האט געוויילט בעיר צפת. און מיט אז ביום השביעי האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג רבי אלי' וואלף יאקאב שליט"א רב ראשון לציון.

עס איז שוין געווען בערך 3:15 פארטאגס ווען מען האט געענדיגט דעם דערהויבענעם שלחן הטהור.


ביום השב"ק

שב"ק אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען אום 9:50. מיט אמירת הברכות איז מכובד געווארן הרה"ג רבי שלום קליין שליט"א, און מיט פסוקי דזמרא הרה"ג ר' יצחק אייזיק פריעדמאן שליט"א ראה"כ ד'קהלתינו בית שמש, און צו תפילת שחרית האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה מיט גרויס התעוררות כדרכו בקודש.

מיט פתיחת הארון הקודש ואמירת שמע ישקראל איז מכובד געווארן הרה"ג דומ"ץ ד'קהלתינו ב"ב שליט"א, ביים די בימה זענען געשטאנען די גבאי קהלתינו פון ירושלים און ב"ב הרה"ח ר' זוסיא ארי' שטערן הי"ו און הרה"ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט"א און מסדר געווען די עליות וכיבודים.

כהן האט עולה געווען הרה''ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א, לוי – הרה"ח הנכבד ר' אלי' זאב לעווי הי"ו פון עיה"ב וויען, שלישי – מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א, רביעי – הגה"צ רב ביהמ"ד אוהל פיגא שליט"א, חמישי – הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים שליט"א, שישי האט דער רבי שליט"א עולה געווען און דאן קורא שם געווען פאר עטליכע ניי געבוירענע מיידלעך ביי אנ"ש למז"ט, שביעי – הנגיד מוה"ר אשר זעליג לעוו הי"ו ראה"ק ד'קהלתינו לאנדאן, הוספה – הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק, אחרון – הגה"צ אב"ד סיגוט שליט''א מפטיר -הרה"ח הנכבד ר' מאיר הירש הי"ו, מראה"ק והמוסדות אין קרית יואל.

מיט הגבה וגלילה זענען מכובד געווארן די צוויי מנהלים הר"ר אלעזר יונה שטיינמעץ שליטא מנה"ר ת"ת ב"ב, הרה"ג ר' יושע קליין שליט"א מנה"ר ישיב"ק ירושלים.

תפילת מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הגה"צ רב ביהמ"ד בית ברוך שליט"א, און מען האט געדוכנ'ט נאר ביי מוסף כמנהג צפת. מיט פתיחה ביי אנעים זמירות איז מכובד געווארן הרה"ג ר' זלמן יודא כהנא שליט"א מרבני קהלתינו בית שמש.

רבינו שליט"א האט קידוש געמאכט בחדרו הפרטי, און דערווייל איז דער ציבור אריין אין חדר אוכל ווי מען האט זיך געוואשן צום סעודת יום שב"ק. צוליב מאנגעל אין פלאץ האט מען מסדר געווען א באזונדער ארט פאר די סעודת יום שב"ק פון די הונדערטער בחורי חמד, מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה און אינצווישן איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו די סעודה און זיך געוואשן, און דאן האט דער רב שליט"א ממשיך געווען.

בתו"ד האט דער רב שליט"א ארויסגעברענגט די קשר אמיץ וחזק וואס אנ"ש בארה"ק האבן מיטן רבין וכמים פנים אל פנים די אהבה וואס רבינו שליט"א האט צו אנ"ש בארה"ק טייטשנדיג דעם 'פרשה זו יפ"ה נדרשת' אז די מצוה צ"ה איז בנין המשכן וואס איז אלעס געווען 'על פי ה' ביד משה', אבער דאס איז געווען די שבח פון בצלאל כאטשיק ער איז געווען מלא חכמה ומדע וואס דער אייבערשטער האט אים באשאנקן, אעפ"כ האט ער געפרעגט יעדע זאך פון משה רבינו, און דאס איז געווען אויף וואס קרח האט חולק געווען.

במשך די גאנצע סעודה האט דער ציבור געזונגן שירות ותשבחות מיט א התרוממות הנפש אינאיינעם כאיש אחד ובלב אחד, נאך וואס דער רבי שליט"א האט געזונגן דער זמר חי ה' האט הרה"ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט"א געשטעלט עטליכע פראגן צום רבי'ן שליט"א אויף פארשידענע ענינים אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט מיט א צוגעלאזנקייט און נאנטשאפט.
צווישן אנדערע האט דער רבי אויסגעשמועסט און דערציילט זיינע זכרונות פון די נסיעות פון דודו רבינו הקוה"ט זי"ע בעל דברי יואל קיין אר"י בשנות תשט"ו, תשי"ט, תשכ"ה, מיט אסאך פרטים וואס ער האט אליינס מיטגעהאלטן דאס ארויסבאגלייטן און דאס מקבל פנים זיין דודו הגדול, לימין פון זיין טאטן רבינו הקוה"ט זי"ע בעל ברך משה.
אויף די פראגע בנוגע די יעצטיגע איבערקערענישן בארה"ק ווען עס טוישט זיך די רעגירונג וואס דאס איז נוגע פאר סאטמארע חסידים האט דער רבי געענטפערט א קורצע תשובה בדרך מליצה: לא רע"ה זה כרע"ה זה אלא שדרכם לילך ולהזיק.....!
אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסן נאך פארשידענע ענינים בעניני דעות, ובעניני שמיטה ווי דער רבי האט דערציילט פארשידענע גאר אינטערעסאנטע ענינים מאוצר זכרונותיו פון די שמיטה יאר ווען ער האט געוואוינט אין אר"י.

שפעטער האט מען מאריך געווען בזמירות שירות ותשבחות גאר א לאנגע צייט מיטן זמר ברוך ה' יום יום איז מכובד געווארן הרה"ג רבי יצחק דוד יאקאב שליט"א פון ירושלים, מנה"ר ישיב"ק-ב"ב, מיטן זמר ברוך א' עליון - הרה"ג ר' אברהם מאיר דירענפעלד שליט"א מנה"ר ת"ת-בי"ש. דערנאך האט דער רבי שליט"א געזאגט קורצע דברות קודש און געזאגט פארן ציבור אנ"ש אז ער פלאנט אי"ה צו קומען עפטער אויף קורצע נסיעות קיין ארה"ק - מירון, און אויך זיך צו טרעפן מיט אנ"ש אחים לדעה.
מיט ברהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, דער זייגער האט שוין געקלאפט כמעט 4:00 אזייגער נאכמיטאג ווען מ'האט פארענדיגט דעם טיש.

נאכמיטאג האט הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א חדב"ן , פארגעלערנט א הערליכן שיעור אין פרקי אבות פאר'ן ציבור אנ"ש פול מיט הדרכה וחיזוק.

צו מנחה איז דער רבי אריינגעקומען א האלבע שעה נאכן זמן הדלה"נ מיט פתיחת הארון איז מכובד געווארן הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט", כהן - ר' אברהם יהושע גלאנץ, לוי - מוה"ר יואל ב"ר אברהם חיים וויינבערגער הי"ו, שלישי - הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, הגבה - מרן רבינו שליט"א , גלילה - הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו יו"ר הנהלת ממלכת התורה וומסב"ג.

דאס התעוררות ביים מעמד רעוא דרעווין אויפן שטח אינעם הויף איז געווען א מורא'דיגער מעמד, די ניגוני דביקות בעפאר די זמירות, די זמירות זעלבסט און די קבלת עול מלכות שמים מיט א פייער'דיגן ברען האט אפגעהילכעט מסוף עיר צפת ועד סופו, מיט אודה האט דער רבי מכבד געווען מוה"ר צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו מנהל המוסדות בי"ש, שיר המעלות - מוה"ר ישכר בצלאל יאקאב הי"ו מנהל המוסדות ירושלים, דערנאך האט דער רבי מאריך געווען בדי"ת חיזוק והתעוררות בעניני מסירות נפש, ידיד נפש - מוה"ר משה חיים ווייס, אל מסתתר - מוה"ר יחזקאל ראטטער. רבינו שליט"א האט געבענטשט על הכוס, און נאך מעריב געמאכט הבדלה דארט אינעם שטח אויפן הויף, די הבדלה האט געהאלטן בשותפות 2 חשובע קינדער מתלמידי מוסדותינו ירושלים און בני ברק.

מוצש"ק אין א שפעטע שעה זענען די באסעס אפגעפארן צום מעמד רבתי סיום יסודי התורה אינעם גיגאנטישן זאל 'מגיה' אין טברי' ווי דער ריזיגער ציבור האט זיך משמח געווען לכבוד התורה בראשות כ"ק רבינו שליט"א מייסד החבורה, דער רבי איז געפארן מיט די קאר פון הרבני הנגיד הנכבד מוה"ר מנחם שלמה פריעדמאן הי"ו - ב"ב.

ס'האט אויפגעטוהן הרה"ח ר' מאיר הירש שליט"א מראשי הקהילה והמוסדות בעיר קרית יואל מיט גאר טרעפליכע דיבורים, מיטן סיום איז מכובד געווארן הרה"ג ר' דוד כהן שליט"א מראה"כ עצי חיים, און מיט די התחלת המסכת איז מכובד געווארן הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א ראש כולל ערב 'לב אהרן' ויו"ר הנהלת התאחדות אבריכם ירושלים, און דאן איז דער ציבור ארויס אין א פייערליכן טאנץ בשמחת התורה א לענגערע צייט.

דערנאך האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשת חיזוק והדרכה פאר אנ"ש תושבי ארה"ק און מיט הארציגע געפילן דערביי ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון דער געהויבענעם שב"ק מיט אנ"ש אחים לדעה, דערנאך האט מען מיט פייערדיגע טענץ 'אשרי העם שככה לו' ארויסבאגלייט דעם רבי'ן אויפן וועג צום קבר רבי מאיר בעל הנס צו תפילת שחרית באשמורת הבוקר.

אשרי עין ראתה שמחת קהלינו!