בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגא' תמוז תשפ"א6/11/2021

באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל

און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון".

🌴 יום ו' עש"ק קרח ר"ח תמוז 🌴

ויהי ביום השישי בהיות הבוקר ויחרד כל העם אשר במחנה
ארום 6:45 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום "מעמד התעוררות" ביים ציון התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי "באתרא קדישא מירון", ווי די רבי האט משמיע געווען דברי אלוקים חיים דב"ק ודברי התעוררות בבכיות עצומות מיט א תפילה צו בוכ"ע בזכות התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי צו פויעלען ישועות ורפואות פאר כלל ישראל, -זעהט עקסטער די באריכט פון די פייערדיגע דברים חוצבים להבות אש ביי די פריערדיגע מעלדונגען- דערנאך ארום 7:05 האט מען אנגעהויבן אינאיינעם אויסזאגן "כל ספר תהילים" להפקד בדבר ישועה ורחמים, די רבי האט צוגעשיקט צום עמוד בנו בכורו מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א און ביי קאפיטל "ק"ל" האט די רב פארגעזאגט פסוק בפסוק בנוסח ימים נוראים ברוב התעוררות והשתפכות הנפש, -צוליב ר"ח האט מען נישט געזאגט די יהו"ר- מען האט געענדיגט ארום 9:05 און די רבי האט געליינט די קוויטלעך צווישן זיי די טויזענטער קוויטלעך פון די לומדי חבורת "יסודי התורה - תורתך שעשועי" בשעת מען זינגט נגוני התעוררות, ארום 9:35 האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד "אויסגעפויעלט אלעס גוטס" מיט כל מיני ישועות, שפעטער איז די רבי צוריק אנגעקומען אין מערה צו שחרית און צוגעגאנגען צו הלל און עולה געווען רביעי.

לקראת שבת לכו ונלכה
און די נאכמיטאג שעות האט זיך די רבי ארויסגעלאזט צום "עיה"ק צפת" ווי עס וועט פארקומען די גרויסע "שבת המרומם במחיצת הקודש" פאר די טויזענטער אנ"ש בארה"ק.

גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫