בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ז אייר תשפ"א4/29/2021

באריכט
למען רבוא רבבן חז ונהרי אש

"תאו והתכנשו להילולא דבר יוחאי"

מיט התרגשות דקדושה און התרוממות הנפש גרייטן זיך שווערע צענדליגע טויזענטער שלומי אמוני ישראל וועלכע קומען צו פארן פון איבער גרעיטער ניו יארק און קנאדא ווי יאר יערלך צום מעמד הנהדר הדלקה רבתי היינט נאכט ליל "ל"ג בעומר" לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי וועלכע איז בלי ספק די גרעסטע מעמד הדלקה איבער דער גארער וועלט, מעמד קודש וועט אפגעראכטן ווערן תחת כיפת הרקיע אויפן ריזן שטח הענקי צווישן ביהמ"ד הגדול און מבצר הכוללים - פלאץ וועט אויסגערישט ווערן צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור המשתתפים - ספעציעלע פלעצער פאר פרויען לענגאויס גארפילד ראוד פון העיס קארט ביז נאכן קאמיוטער פארקינג לאט עס ווערן איינגערישט די טויזנטער שטיי פלעצער אויף די הויך שטאקיגע פארענטשעס און די ספעציעלע "רחבת הריקודים" וואו דער ציבור לאלפים כ"י וועט ארויסגיין אין התלהבות'דיגע טענץ בשעת די מנהיג העדה הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אנצינדן די מדורה לכבוד התנא אלוקי און ממשיך זיין פאר א לאנגע צייט בשעת די מדורה פלאקערט, און איז שלהבת עולה מאיליה. אשרי עין ראתה הכהן גדול בעבודתו הקודש!!

נאך מעריב וועט די רבי ערשיינען ווי מען וועט זינגען נגוני התעוררות און דערנאך וועט מען הערן דעם קול חוצב להבות אש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בדברי התעוררות והכנה בגודל קדושת היום דערנאך וועט די רבי מדליק זיין די מדורה באש קודש און זיך ארויסלאזן און פייערדיגע ריקודי קודש במשך די ריקודין וועט די רבי אפשערן צענדליגע חאלאקע קינדער, זעט עקסטער די פרטים פון די טראפיק און טראנספאנטאציע.

אַשְׁרֵינוּ מַה טּוֹב חֶלְקֵנוּ, בְּהִלּוּלָא דְּבַר יוֹחָאי:
וּמַה נָּעִים גּוֹרָלֵנוּ, בִּזְכוּת אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי:

הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 490