בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday14 Iyar 57814/26/2021

Report
באריכט שבת מרומם בקרב קהלתינו הק' בארא פארק #4

נאכמיטאג 6:30 איז די רבי אריינגעקומען בביהמ"ד הגדול צו פרק, די רבי האט געטייטשט מיט 10 אופנים די משנה 'דע מאין באת' 'ולאן אתה הולך' בדרבי דרוש אגדה ומוסר, און צום סוף מעורר געווען איבער שיקן קינדער אין פרעמדע ישיבות -און צום סוף גייט מען ארויף אין א"י, און איבער אוועקפארן אין די פרעמד אויף יו"ט, מען האט געענדיגט 8:00,
8:20 איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה ושל"ש, מנחה: ר' דוד יושע הירש, הוצאה והכנסה: הר"ר הירצקא קליין, בעל קורא: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש -משב"ק, כהן: הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא, לוי: ר' אהרן וואלף געטער, שלישי: הרה"ח ר' יצחק שרגא גראס, די רבי איז געגאנגען הגבה, גלילה: הרה"ח ר' שלמה פר"מ, ביים אנגיסן די כוס האט די רבי געהייסן ברענגן א בעכער און אנגיסן פאר גיסו כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, אודה: הרה"ח ר' מרדכי שבתי מארקאוויטש, שיר המעלות: הרה"ח ר' יצחק זאב וויינשטאק, ביי די תורה האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק קדושים תהיו - קדש עצמך במותר לך, ווי די רבי האט ממשיך געווען מיט לענגערע דברי מוסר בעניני קדושה, ידיד נפש: הרה"ח ר' חיים שפיצער, קל מסתתר: הרה"ח ר' וואלף ניתנצווייג, די רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מעריב: הרה"ח ר' יצחק מרדכי מארקאוויטש, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גיטע וואך און דערנאך האט מען ארויסבאגלייט די רבי בשירה ובזמרה, מען האט געענדיגט 10:45.

מוצ"ש איז די רבי אנגעקומען -ווי געמאלדן- אין ביהמ"ד סארוואש אין בארא פארק ווי די רבי האט אריינגעשריבן א אות אינעם ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך האדמו"ר מסארוואש שליט"א, און דערנאך געפארוועט א מסיבת לחיים ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמיס, און דערנאך מנחם אבל געווען הרה"ח ר' שלמה יעקב שפיצער פון מאנטריאל, און זיך צוריק געקערט למעון קדשו בקרית יואל.

שבת קודש בצל כנפיך יחסיון

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️