באריכט שבת מרומם בקרב קהלתינו הק' בארא פארק #3
זכור אהבת קדומים
ארום 1:00 איז די רבי אריינגעקומען צום "סעודת עתיקא קדישא" אינעם היכל הכולל אינאיינעם מיט די אריבער 300 זקני פני העדה "חברי אהבת קדומים" תושבי בארא פארק, עס האט זיך אנגעזען כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ב"פ שליט"א, און נאך חשובע רבנים, אינמיטן די סעודה איז ערשינען כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, אנהייב סעודה האט אויפגעטרעטן הר"ר הירצקא קליין שליט"א מנהל התאחדות אבריכים, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' צבי אלימלך ט"ב רב דבית מדרשינו תפלה למשה ב"פ ומגי"ש חבורת אהבת קדומים, ווי ער האט ארומגערעדט זכרונות פון רביה"ק זי"ע, ביים סעודה האט די רבי מכבד געווען די חזנים 'האחים ווייס' הר"ר שלמה ר' הערשל ר' ישראל יעקב -מחשובי חברי אהבת קדומים, צו אראפזינגען א פארצייטישע ניגון וואס איז געזינגען געווארן ביי רביה"ק זי"ע ארויפגעלייגט אויפן זמר ברוך קל עליון, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד דזבוי שליט"א ומגי"ש בחבורת אהבת קדומים, נאכן זינגען חי ה' האט מען געהאט די זכיה צו הערן ווי די רבי האט געענטפערט אויף די פארגעלייגטע שאלות חכם דורך הגה"צ ר' בנציון כץ דזבוי רב, בעניני השקפה והדרכה וואס האט זיך פארצויגן בנועם שיח פאר איבער א שעה צייט, צווישן די שאלות האט די רבי שטארק ארומגערעדט איבער די ווארימקייט וואס די זיידעס דארפן איבערגעבן און אריינגעבן פאר די אייניקילך, און זאגן מוסר פאר די קינדער און אייניקליך, אזוי אויך איבער די נעמען פון די אייניקליך -לאזן די עלטערן אליינס א נאמען געבן, (חוץ ווען מען בעט הילף), און שטארק ארומגערעדט איבער די פראבלעם פון שיקן און פרעמדע ישיבות וואס איז היינט געווארן ווי א ביזנעס און מען זיכט צו זיין א ברענ"ד נעי"ם.. און ווי נאר די בחור ווערט 18/19 ווייזט מען אים די טיר ארויס! און דעמאלטס האט מען נישט קיין ברירה נאר צו פארן קיין א"י וואס די סכנה דערפון איז 'מורידיג גרויס' ווי די רבי האט זיך אויסגעדריקט אז "וויפל די פעטער האט לוחם געווען אויף דעם בימים ההם וואלט ער אסאך מער לוחם געווען אויף דעם בזמן הזה" און דערנאך ארויסגעברענגט די שינו לטובה פון די לעצטערע יארן בלימוד התורה וואס איז היינט אסאך בעסער ווי אמאל, און איבער אויפשטיין פארטאגס וואס מען דארף זען זיך צו לייגן פרי און אויפשטיין פרי, און דערמאנט אז 6:00 פארטאגס איז שוין דער ריזן היכל התורה אין ק"י איבערגעפילט מיט לומדי תורה!! און דערביי געהערט א גריס מאחד מחשובי זקני אנ"ש אז 5:30 פארטאגס איז פיל יעדע זיץ אינעם היכל התורה 'בית חי' בבית מדרשינו הגדול ב"פ, און נאך פולע תשובות בדרך ההשקפה.
ברוך ה' יום יום: הרה"ח הישיש ר' גדלי יערמיאש, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' אהרן וועלץ מנהל המוסדות, די רבי האט מכבד געווען הרה"ח ר' חיים שטערן צו זינגען יום זה מכובד, דערנאך האט די רבי משמיע געווען לענגערע דב"ק דברי תורה חיזוק והדרכה און ארויסגעברענגט אז יעדער וואס זיצט דא דארף אפגעבן א שבח והודאה פאר השי"ת בפרט נאך די שווערע יאר וואס מאיז אדורך, קומען דוקא אין ביהמ"ד לערנען און נישט דורכן טעלעפאון, זיך האלטן פריש און ח"ו נישט אויפגעבן, זיין אקטיוו און עסקנות -ווי גיין נאך געלט, משפיע זיין אויף די קינדער און אייניקליך 'א זיידע האט א גרעסערע כח אויף די אייניקליך מער ווי די טאטע אליין' און געווינטשן ברכות לרוב. מיט בענטשן האט די רבי מכבד געווען אחיו כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א מען האט געענדיגט ארום 4:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️