בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday14 Iyar 57814/26/2021

Report
באריכט שבת מרומם בקרב קהלתינו הק' בארא פארק #1

השבת נועם הנשמות

פאלגענד איז א דעטאלירטע באריכט פון די ביקור מרומם פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דעם שב"ק אח"ק בקרב קהלתינו הק' בארא פארק לחיזוק ולרומם קהלתינו הק'.

"גאר דערהויבן איז אריבער די שבת פאר אנ"ש חסידי סאטמאר אין שטאט מיטלעבענדיג א שבת בצל הקודש"

פרייטאג נאכמיטאג איז די רבי אנגעקומען אין בארא פארק צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא, ווי געמאלדן האט באזיכט ביים רבין בבית האכסניא הגאון הגדול ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק ווי עס האט זיך פארצויגן א הערליכע תורה'דיגע שמועס.

במשך די שבת ביי די תפילות ועריכת השלחנות איז דאס ביהמ"ד הגדול געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה מיט טויזענטער אנ"ש תושבי בארא פארק וועלעכע זענען געקומען מיטהאלטן די געהויבענע שבת במחיצת הקודש.

-טיילווייזע רשימה פון אדמורי"ם ורבנים הגהו"צ שליט"א וואס האבן זיך באטייליגט במשך די תפילות ועריכת השלחנות ביים געהויבענעם שבת בצל קדשו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בארא פארק.

רבני ודייני קהלתינו הק' ובראשם כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הגה"צ ר' משה פר"מ שליט"א דומ"ץ דקהלתינו ב"פ.

רבני עיר בארא פארק: כ"ק גאב"ד ציעשנוב שליט"א וראש ישיבתינו בבארא פארק, הגה"צ גאב"ד פריימאן וראב"ד התאחדות הרבנים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקארוב שליט"א, הגה"צ אבד"ק נייטרא ב"פ שליט"א, הגה"צ ר' חיים מאיר האגער אב"ד קרית וויזניץ ב"ב בן האדמו"ר מוויזניץ שליט"א, הגה"צ אב"ד בערדזשאן שליט"א, הגה"צ ר' ברוך דוד ראטה שליט"א אבד מראה יחזקאל, הגה"צ ר' נפתלי מאיר באב"ד שליט"א אב"ד טארניפאל, הגה"צ ר' אברהם האלבערשטאם שליט"א אב"ד מנחת חינוך וראה"כ טארטיקוב, הגה"צ אב"ד קשאנוב שליט"א, הגה"צ אב"ד נעפלעמיץ שליט"א, הגה"צ אב"ד וואדיסלוב שליט"א, הגה"צ אב"ד בעסערמין שליט"א, הגה"צ ר' יושע נחמן בערגער שליט"א ר"י אוהל תורה, הגה"צ ר' בנציון כ"ץ אבד דזבוי, הגה"צ ר' חיים שלום האלבערשטאם בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.

און נאך פילע אדמורי"ם ורבנים שליט"א.

8:05 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הגה"צ ר' משה פר"מ שליט"א דומ"ץ דקהלתינו ב"פ, די רבי איז צוגעגאנגען צו ספירה, נאכן דאווענען איז א ריזיגע ציבור פון טויזענטער תושבי "בפ צווישן זיי רבנים ודיינים פונעם שטאט אריבער א לענגערע צייט זאגן גוט שבת און שלום נעמען פונעם רבין.

די עסקנים האבן שנעל צוגעענדיגט צוגרייטן די ביהמ"ד סזאל זיין גרייט פארן עשה"ט, 10:25 איז די רבי אריינגעקומען צום עשה"ט ווי עס האבן מיטגעגעסן די הונדערטער תלמידי ישיבתינו הקדושות פון בארא פארק, אשת חיל: די אייניקיל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך, הגבהת הכות: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גרין, פאר די פיש האט די רבי משמיע געווען דב"ק דברי תורה מוסר והדרכה פאר די תלמידי הישיבות וואס האט זיך פארצויגן פאר אריבער א האלבע שעה, צווישן אנדערע האט די רבי ארויסגעברענגט אז די דאווענען און לערנען דארף זיין מיט א קאך און מיט א התלהבות וואס די עצה פאר דעם איז 'זיך נישט נאכצוגעבן די תאוות' טראץ וואס מען וואוינט אין אמעריקע וואס די מהות המדינה איז מילו התאווה, אזוי אויך האט די רבי מעורר געווען אז מען דארף עסן מיט א היט און רעקל, און בענטשן פון אינעווייניג, דערנאך האט די רבי געבעטן די בחורים אדורך צו לערנען די הקדמה פונעם ספר הק' "דרך פקודיך"

במשך די סעודה מיט די הונדערטער בחורים איז עס מיטגעהאלטן געווארן דורך די טויזענטער חסידים ואנשי מעשה שטייענדיג אויף די פארענטשעס, און נאכן סעודה פאר די זמירות האבן די בחורים איבערגעגעבן די פלעצער פאר די זקני ופני העדה,

כל מקדש: הגה"צ אב"ד מנחת חינוך טארטיקוב שליט"א, מנוחה ושמחה: הגה"צ אב"ד קשאנוב שליט"א, די תורה איז געווען אויפן פסוק 'בזאת יבא אהרן אל הקודש' בדרך דרוש און די סוגיא צו מען דרשנט 'את', קה אכסוף: כ"ק גאב"ד ציעשנוב שליט"א, מיט בענטשן האט די רבי מכבד געווען גיסו כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו בארא פארק שליט"א, עובדות וסיפורים איז געווען פון די ראפשיצע רב זי"ע און פון די נודע ביהודה זי"ע, קה רבון עלם: הגה"צ אב"ד טארניפאל שליט"א, די רבי האט מכבד געווען הגה"צ ר' חיים מאיר האגער אב"ד קרית וויזניץ ב"ב בן האדמו"ר מוויזניץ שליט"א צו זינגן "רחם", ביי די פירות האט די רבי געגעבן פאר גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א און פאר אחיו הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, די חתנים זענען אדורך נעמען פירות, עס איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' ישעי ב"ר פנחס בראך -ב"פ און ר' יוסף ב"ר חיים לייב פר"מ -לעיקוואד, אז ביום השביעי: הגה"צ אב"ד בערדזאשאן שליט"א, מען האט געענדיגט 2:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫