דאנערשטאג וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב''ר בנימין שווארטץ הי''ו.
- ב''ר יואל ברש"צ שפיטצער הי''ו.
- ב''ר יואל בר"ב גלאנץ הי''ו.
- ב''ר משה יצחק זילבערשטיין הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל''ד פסוק י''ג. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 און מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון די מחותנים:
- הרה''ח ר' יודא עפשטיין הי''ו און הרה''ח ר' שבתי שאול גראס הי''ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הר''ר יואל פאסטערנאק שליט''א און הר''ר יעקב שלמה רובינפעלד שליט''א אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו די שמחת השבע ברכות אינעם זאל בביתו נאוה קודש צוגעשטעלט דורך רבינו שליט''א פאר די בני המשפחה, און עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די בחורים וועלכע האבן זיך פארהערט אריבער פינף הונדערט בלאט גמרא דורך מסגרת 'חבורת ותלמידו בידו' שע''י ישיבותינו הק' פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה. במשך די סעודה האט הרה''ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט''א פארגעלייגט פארשידענע שאלות בעניני לימוד התורה, און איבער וויאזוי עס האבן אויסגעקוקט ישיבות פאר די מלחמה, ובפרט ביי רבותינו הק' לבית סיגוט זיע''א. און דער רבי האט געענטפערט בטוב טעם ודעת און אויסגעשמועסט נאך פארשידענע אינטערסאנטע ידיעות און זכרונות פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א אין ישיבה.
דער רבי האט משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'ויבא יעקב שלם' און ארויסגעברענגט אז יעקב אבינו איז געווען שלם בתורתו, וויבאלד ער האט מקיים געווען סיי ילמוד תורה ואח''כ ישא אשה און סיי ישא אשה ואח''כ ילמוד תורה, און דורך דעם האט ער זוכה געווען צו זיין שלם בגופו און שלם בממונו. און מסיים געווען מיט ברכות קדשו פארן חתן און מחותנים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים מען זאל קענען מסיים זיין נאך פילע מסכתות הש''ס, און אנגעוואונטשן פאר די עסקני החבורה וועלכע זענען מרבה תורה בישראל.
- ברכהמ''ז: דער זיידע הגה''צ אבד''ק ור''י אלכסנדר שליט''א.
- ברכות ראשונות: דער זיידע הגה''צ אבד''ק קאזלאוו מאנסי שליט''א.
- ברכה אחריתא: דער זיידע הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א.
נאכן בענטשן האט זיך דער גאנצע עולם אויפגעשטעלט טאנצן ארום דעם זאל, און דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א קורת רוח און מעודד געווען די ריקודין א לענגערע צייט. און דערנאך פארטיילט א מתנה א זילבערנע טאביק פושקע פאר אלע בחורים, און אנגעוואונטשן פאר די ראשי החבורה, ובפרט פאר הרה''ח ר' יצחק שווארטץ הי''ו פטרון החבורה. מען האט געענדיגט ארום 10:50.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
