דינסטאג וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' בנימין ברי"א לעווי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' זרח שטיינבערג הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- בן הרה"ג ר' שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג.
- בן ר' בנציון באש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 7:50 איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי כ''ק אדמו''ר מפינסק קארלין שליט''א בבית האכסניא אין שטוב פון הרה''ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי''ו. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די עבודת ה' בשמחה פונעם הייליגן חוזה מלובלין זיע''א, און ר' שלום יצחק הי''ו האט געגעבן פאר רבינו שליט''א ספר דברי האמת מיט תורות פונעם חוזה מלובלין זיע''א וואס ער האט איבערגעדריקט, און געוויזן פאר רבינו שליט''א פארשידענע אנטיק חפצים מאוצרו פונעם הייליגן ישמח משה זיע''א און נאך צדיקים. האדמו''ר מפינסק קארלין שליט''א האט מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי ארויף אויף ניחום אבלים ביי ר' יעקב ב''ר מרדכי קאהן הי''ו היושב ע''פ בתו הילדה ע''ה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה''צ ר' אליעזר ליפא כהנא שליט''א אב''ד ספינקא ירושלים אינאיינעם מיט חתנו הר''ר ארי' לייבוש כהנא שליט''א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נישואי נכדו /בנו למז''ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקו''פ מחותנו נכד הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט''א הרב יואל בהר"י מייזליש שליט''א פון וויען מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נישואי בתו למז''ט און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה ארום 12:15 איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבלים ביי הרה''ח ר' נחום וועבערמאן הי''ו פון לאנדאן היושב ע''פ אמו ע''ה.
ארום 12:30 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר צום שמחת החתונה פון נכדת אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, הכלה בת לבנו הגה''צ ר' סיני טייטלבוים שליט''א חתן כ''ק אדמו''ר ממעליץ שליט''א.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס שליט''א. און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה, און געטאנצען מיטן חתן און די מחותנים ובני המשפחה, און עקסטער מיט אחיו הגה''צ שליט''א און דערנאך מיט כ''ק אדמו''ר ממעליץ שליט''א.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן די כלה. ארום 12:45 האט דער רבי פארלאזט די זאל אויפן וועג אהיים קיין קר''י.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
