בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ג כסלו תשפ"ז11/23/2026

באריכט
מוצש''ק ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ.
ביים אנקומען אין ב"פ האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם שווארטץ ע"ה.

ארום 10:00 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון פרדס נח צום שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב ישכר בער טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א בן הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, עב"ג הכלה בת האדמו"ר מאלעסק לינדען שליט''א.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן. דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און עס האט אויפגעטרעטן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים.

- עדי תנאים: הרה"ח ר' דוד חיים גראס הי"ו און הרה''ח ר' נחמי' פייערווערקער הי"ו.
- ערב קבלן מצד החתן: הרה"ח ר' יצחק אייזיק ברא"ש שווארטץ הי"ו (קר''י).
- ערב קבלן מצד הכלה: הרה"ח ר' חיים ברוך וויזענפעלד הי"ו.

דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בעניני נישואין און ארויסגעברענגט אז ווען מען איז עוסק בפריה ורביה נעמט מען אראפ דעם חרון אף וואס איז דא אויף דער וועלט, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.

מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור.

מען האט געענדיגט ארום 10:40, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.

ארום 10:50 איז דער רבי אנגעקומען צום דינער השנתי 'אני וזרעי וזרע זרעי' לטובת מוסדותינו הק' אין ב''פ וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון עטרת חי'.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן. און הרה''ח ר' יעקב לאנדא הי''ו - חבר הנהלת המוסדות, האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה. און דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נואם הכבוד הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א. און דער יושב ראש הרה"ח ר' יצחק מרדכי זינגער הי"ו אויפגערופן דעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי''ו צו משמיע זיין דעם דבר המוסדות.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ויצא יעקב מבאר שבע', און געטייטשט אז דורך לימוד התורה פארמאגט מען א צורת אלף אויפן פנים, און דורך דעם האט מען דעם כח צו תשובה טוהן, און ממשיך געווען איבער די ימי שמחה פאר אנ"ש איבער די גאנצע וועלט, ווען טויזענטער אנ''ש האבן מסיים געווען מסכת בבא קמא במסגרת חבורת יסודי התורה. און מעורר געווען זיך אנצושליסן אין די חבורה 'טעמו וראו כי טוב' ווען אידן לערנען די זעלבע בלעטער גמרא ווי די קינדער און אייניקלעך, דאס איז א תענוג רוחני! און דאס איז חוץ די השפעות וואס לימוד התורה ברענגט אראפ בגשמיות וברוחניות. און ממשיך געווען צו שטיין על המשמר יעדער ביי זיך אין שטוב אויף עניני צניעות בכל ענינים פון קאפ ביז פיס. און דאס איז ספעציעל נוגע פאר תושבי ב"פ וועלכע פארמאגן שכנים טיר ביי טיר מיט אידן פון אנדערע קהילות ביי וועלכע די ענינים זענען נישט אזוי הארב, און ארומרעדענדיג בשבח פון מוסדותינו הק' אין ב"פ, און אויפגעפאדערט אנ"ש צו שטיצן די מוסדות ברוח נדיבה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דער רבי האט געטרינקען לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 11:50.

נאכן דינער איז דער רבי אריבער צום שטוב פון הרה"ח ר' אלחנן צבי גלאנצער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' אלחנן צבי הי"ו ובני משפחתו האבן אפגעקויפט דעם זכות בור הטבילה אין די נייע מקוה אין ביהמ"ד החדש דברי יואל דקהלתינו הק'. אזוי אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יואל ברא''י לעווי הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א שער אינעם נייעם ביהמ"ד.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די בוי דעטאלן פונעם נייעם ביהמ"ד. דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים און די הנהלת הביהמ''ד, געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר די נדבנים ובני משפחתם, און פאר הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטנשטיין שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, וועד קרן הבנין, און פארן גאנצן ציבור.

פון דארט ארום 12:30 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד דקהלתינו הק' אויף די 36 סטריט צום מעמד התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך די מתפללי הביהמ"ד.
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד וועלכע איז פראכטפול איבערגעבויעט געווארן. עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד. דערנאך האט מען געזינגען ניגוני לימוד התורה א לענגערע צייט, און דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות אינעם ספר תורה.

דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ג דומ''ץ הביהמ''ד שליט"א, פאר הרה''ח ר' פנחס משה לאנדא הי''ו - רוח החיים פונעם ביהמ''ד, און פאר אלע מתפללי הביהמ"ד. און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז דורך די תורה הק' קען מען האבן א קיום אפילו ווען מען פאלט אריין אין די נ' שערי טומאה. און מאריך געווען בשבח פון קהלתינו הק' אין ב"פ וועלכע איז מרחיב די גבולי הקדושה און האט אויפגעשטעלט א שיין ביהמ"ד אין דעם זייט פון ב"פ, און מעורר געווען די מתפללי הביהמ"ד זיך צו קובע עתים זיין אינעם ביהמ"ד אויף לימוד התורה יעדע נאכט, און אזוי צו מקיים זיין סיי תורה שבכתב דורך כתיבת ספר תורה און סיי תורה שבע"פ דורך לימוד התורה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב .
דערנאך איז דער רבי אריין אינעם נייעם בית הוראה שטיבל און קובע געווען א מזוזה און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די הנהלת וגבאי הביהמ"ד.

ארום 1:00 האט דער רבי פארלאזט די ביהמ"ד אויפן וועג אהיים קיין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 110