שב''ק פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - שבת של שמחה שבת עלי' לתורה פון נכד רבינו החתן הרב חיים הערש רוקח שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א בן הגה"צ אבד"ק קאזלאוו מאנסי שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יעקב שרגא פייביל זינגער שליט"א אבד''ק אלכסנדר וומסב''ג בן הגה"צ אבד"ק ור"י אלכסנדר שליט"א וחתן הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א מאוהעל
ערש''ק נאכמיטאג האט דער רבי אנגעטון דעם שטריימל פאר החתן משה בן הרה''צ ר' יודא אלישע הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד אור החיים בן הגה''צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט''א.
נאכן זמן הדלקת הנרות האט דער רבי אנגעטון דעם שטריימל פאר נכדו החתן הרב חיים הערש רוקח שליט"א און אנגעוואונטשן ברכת קדשו. דערביי זענען אנוועזנד געווען די זיידעס הגה"צ אבד"ק קאזלאוו מאנסי שליט"א און הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א, און עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס. דערנאך איז דער רבי געגאנגען אין ביהמ"ד אין באגלייטונג פון די חתן און מחותנים, און מען האט געזינגען כנהוג.
ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. - קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:40. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. - אשת חיל: נכד רבינו החתן ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. - הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. ביים טיש זענען אריבערגעקומען די חתן, מחותנים, און די זיידעס הרבנים שליט"א. - כל מקדש: הגה"צ אבד"ק קאזלאוו מאנסי שליט"א. - מנוחה ושמחה: דער מחותן הרה"ג ר' יעקב שרגא פייביל זינגער שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אסף אלקים את חרפתי' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דברה תורה בלשון בני אדם.
- קה אכסוף: הר"ר אורי הורוויץ שליט"א (מאנסי). - ברכת המזון: הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א מאוהעל.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פונעם הייליגן מהרש"ל זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט דעם זונטאג י"ב כסלו.
- קה רבון עלם: הר"ר הלל בן הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א (וומסב''ג), חתן המחותן אבי הכלה שליט"א. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. - אז ביום השביעי: הרה"ג ר' אהרן יעקב כהנא שליט"א (מאנסי). דערנאך האט מען ממשיך געווען צו טאנצן אויף ניגוני שמחה. מען האט געענדיגט ארום 11:05.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20. - ברכות: הרה"ג ר' יוסף שלמה ליכטנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל דקהלתינו הק' ב''פ. - פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער שליט"א ר"י אהל תורה ב''פ. דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו. - פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א מו"ץ. - הולכת הס"ת לבימה: הר"ר מענדל ווייס שליט"א. עליות. - כהן: החתן שמשון בן הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א - באווארפען. - לוי: החתן ארי' בן הר"ר יואל ווערצבערגער שליט"א. - שלישי: נכד רבינו החתן הרב חיים הערש רוקח שליט"א. - רביעי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א. - חמישי: הגה"צ אבד"ק קאזלאוו מאנסי שליט"א. - שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: - ר' נפתלי יצחק כהנא הי"ו. - ר' שמואל מאיר גלויבער הי"ו. - ר' משה ארי' ברש"ה עקשטיין הי"ו. - ר' שלמה חיים מאסרי הי"ו. - ר' יושע העשיל פריעדמאן הי"ו. - ר' ישראל נתן מערץ הי"ו. - ר' יוסף פריעדמאן הי"ו.
- שביעי: הרה"ג ר' יעקב שרגא פייביל זינגער שליט"א. - הוספות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א. - החתן אלימלך ישראל ברוך בן הר"ר מענדל ווייס שליט"א - באווארפען. - החתן אליקים יודא ב"ר אברהם דוד ווייס הי"ו. - החתן מאיר ב"ר שלמה זלמן הורוויץ הי"ו. - החתן יוסף ישראל ב"ר אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו. - אחרון: החתן אשר זעליג ב"ר פנחס פריעדמאן הי"ו. - מפטיר: הרה"ג ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א. - הגבה: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו. - גלילה: הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו.
- מוסף: הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א. - פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ישעי' שלום ווייס הי"ו.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא אין ביהמ"ד הגדול צד צפון. דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה. עס האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירא והנה באר בשדה' און געטייטשט אז די סיבה פארוואס די שידוכים פון די אבות הק' זענען געווען ביי א באר איז וויבאלד די וואסער האט געהאט א טענה פון 'אנן בעינן למיהוי קמא מלכא', און דאס דארף מען אינזין האבן ביי א שידוך זיך אפצולערנען פון די וואסער צו אויפשטעלן א בית נאמן בישראל מיט השראת השכינה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
דעם מיטאג טיש האט דער רבי געפראוועט אינאיינעם מיט די בני המשפחה אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש. מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען חתני המחותן אבי הכלה שליט"א. - ברוך ה' יום יום: הרב שמואל שלום רוקח שליט"א. - ברוך קל עליון: הרב יואל יעקב וויינבערגער שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'נכסוף נכספתה לבית אביך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:10. - בעל תפילה: הרה"ח ר' יונה גוטמאן הי"ו. - הוצאה והכנסה: הר"ר יואל ברד"ש בערגער שליט"א. - כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו. - לוי: הר"ר משה שמואל הירש שליט"א. - שלישי: הרה"ח ר' דוד אהרן לאנדא הי"ו. - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה"ח ר' יצחק מאיר קאפפעל הי"ו (לאנדאן).
זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען. - אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. - שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אכן יש ה' במקום הזה ואנכי לא ידעתי' און געטייטשט אז אין דעם זכות וואס כלל ישראל האלט איין מצוות וואס זענען א חק בלי טעם, פרעגט הקב"ה אויך נישט קיין קשיות אויף כלל ישראל און איז משפיע כל טוב אפילו עס איז דא קשיות אויף כלל ישראל. דאס האט אונז יעקב אבינו אויסגעלערנט אז אפילו ער איז געבליבן אן גארנישט, דאך האט ער נישט געפרעגט קיין קשיות אויף הקב"ה, און אין דעם זכות האט ער זוכה געווען אויפצושטעלן די י"ב שבטי קה און צו כל טוב. און מסיים געווען און אנגעוואונטשן מען זאל זוכה זיין צו אמונה פשוטה נישט צו פרעגן קיין קשיות אויף הקב"ה, און אזוי זוכה זיין צו כל מיני השפעות בגשמיות וברוחניות.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' שמואל חיים בראך הי"ו (ב''פ). - קל מסתתר: הרה"ח ר' וואלף שטארק הי"ו (וומסב''ג). פארן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה. דער רבי האט געבענטשט על הכוס. - הגבהת הכוס: הגה"צ אבד"ק קאזלאוו מאנסי שליט"א. דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
- מעריב מוצש''ק: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:30.