בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגה' כסלו תשפ"ז11/15/2026

באריכט
זונטאג ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' אהרן ברי''י גרינוואלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יעקב ברז"ל שפילמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים אלי' טייטלבוים הי"ו.
- ב"ר משה לעבאוויטש הי"ו.
- ב"ר משה יוסף דוב סימאן הי"ו.
- ב"ר אברהם אהרן מארמארשטיין הי"ו.
- ב"ר משה אברהם לעפקאוויטש הי"ו.
- ב"ר יוסף ראזענבערג הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק כ"ב. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' דוד דוב וויינבערגער הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"א ראזענבערג הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל ברא"ח פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה אלי' רובין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 1:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:20 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה יואל שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' דוד יודא רייך הי"ו.

ארום 11:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 289