בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשד' כסלו תשפ"ז11/14/2026

באריכט
שב''ק פרשת תולדות 'בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקת הנרות האט דער רבי אנגעטון דעם שטריימל פאר די חתנים:
- החתן ארי' בן הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א.
- החתן נחמן שלמה בן הר"ר חיים יקותיאל האלפערט שליט"א.
- החתן משה ב"ר יואל לאוב הי"ו.
- החתן מאיר ב"ר שלמה זלמן הורוויץ הי"ו.

ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
- קבלת שבת: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 6:40. נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פאר די מוסדות עטה"ק אין קוממיות. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו החתן ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
- כל מקדש: הרה"ח ר' משה הערשאפט הי"ו (לאנדאן).
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אלעזר יואל לאנדא הי"ו (בני ברק).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ראה ריח בני כריח שדה אשר ברכו ה'' און געטייטשט אויף עטליכע אופנים בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה ועשה.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' בנימין שעכטער הי"ו (חיפה).
- ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט דער רבי דערציילט פון הגה''ק המהרש"א זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט זונטאג ה' כסלו.

נאך די מעשיות האט דער רבי מיט התרגשות ארומגערעדט איבער דעם דערהויבענע שב"ק פרשת תולדות תשפ"ו באתרא קדישא מירון, זאגנדיג אז עס ליגט נאך פאר יעדן אין די ביינער די הרגשי קודש. דער רבי האט ארויסגעברענגט דעם כח פון אמונת צדיקים, און געזאגט אז אין די לעצטערע וואכן הערט מען אפענע ישועות ביי מענטשן וואס זענען געהאלפן געווארן אין מירון, און עס זענען דא פילע ברית'ן מיטן נאמען שמעון, און אויסגעפירט אז יעצט אויפדערנאכט קומט אויך פאר א שמחת השלום זכר פון א אינגערמאן וואס האלט שוין זיבן יאר נאך די חתונה און איז געהאלפן געווארן בזכות התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.

- קה רבון עלם: הרה"ג ר' ברוך טאמבור שליט"א (לאנדאן).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א (ב"פ), בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.

- אז ביום השביעי: הר"ר חיים הערש מענדלאוויטש שליט"א.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט'ן ניגון תורתו מגן לנו פאר א לענגערע צייט.
מען האט געענדיגט ארום 11:35.

וביום השבת

שב"ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
- ברכות: הר"ר נחמן לעבאוויטש שליט"א.
- פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' וואלף ליכטנשטיין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אבא וויינבערגער הי"ו (לאנדאן).
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יודל בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ירחמיאל ביטמאן הי"ו.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' חיים ראובן שעהנברוין הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: החתן ארי' בן הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א - באווארפען.
- שלישי: החתן אלי' ב"ר זלמן פרידריך הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן נפתלי ב"ר דוד דוב וויינבערגער הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן נחמן שלמה בן הר"ר חיים יקותיאל האלפערט שליט"א - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' אהרן שמעון מאסרי הי"ו.
- ר' משה יודא ברח"א ווייס הי"ו.
- ר' חיים מענדל בר"ה פייערשטיין הי"ו.
- ר' דוד ברנ"ה וויינבערגער הי"ו.
- ר' שלום בר"ש לאנדא הי"ו.
- ר' משה הלל ברמ"י גרובער הי"ו.
- ר' שלמה בר"נ קליין הי"ו.
- ר' נחום מרדכי ברי"פ פריעדמאן הי"ו.
- ר' שמעון נפתלי ברמ"ש רובינפעלד הי"ו.

- שביעי: החתן יוסף ישראל ב"ר אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו - באווארפען.
- הוספות: הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו.
- החתן בנציון ב"ר משה טאמבור הי"ו.
- אחרון: החתן שלום ב"ר נפתלי יעקב גאטליעב הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
- הגבה: הרה"ג ר' ברוך טאמבור שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' זלמן פרידריך הי"ו.
- החזרת הס"ת: הרה"ח ר' משה פרידריך הי"ו.

- מוסף: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אשר פארקאש הי"ו (מאנסי).
מען האט געענדיגט ארום 12:10.

רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:15.
- בעל תפילה: ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלעזר יואל לאנדא הי"ו.
- כהן: הר"ר ישעי' יצחק רובין שליט"א (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש דקהלתינו הק' (וומסב''ג).
- שלישי: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א (מאנסי).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' חנני' סופר הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען:
- אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' און געטייטשט אז יצחק אבינו האט אנגעוואונטשן פאר יעקב אבינו 'מטל השמים ומשמני הארץ', ער זאל האבן פרנסה בהרחבה גדולה, וויבאלד א איד דארף האבן פרנסה כדי צו קענען לערנען מקרא, משנה און גמרא, און מקיים זיין מצות ומעש"ט. אנדערש ווי א גוי וואס דארף געלט כדי צו קענען עסן, האבן כח צו ארבעטן און פארדינען געלט צו קויפן עסן וכו'. און אנגעוואונטשן מען זאל זוכה זיין צו קענען מקבל זיין די ברכות פון יעקב אבינו און האבן כל טוב בגשמיות וברוחניות.

- ידיד נפש: הרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א דומ"ץ קארלסבורג וומסב''ג.
- קל מסתתר: הר"ר אהרן סימאן שליט"א (וומסב''ג).

דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
- הגבהת הכוס: החתן שלום ב"ר נפתלי יעקב גאטליעב הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש"ק: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 147