בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday30 Cheshvan 578711/10/2026

Report
דינסטאג תולדות - א' דר"ח כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' הילל דוד סאמעט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ברמ"י גאלדבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יקותיאל יהודה סרוגא הי"ו.
- ב"ר חיים אלישע גראסמאן הי"ו.
- ב"ר יהודה שניטצער הי"ו.
- ב"ר יצחק פאלאטשעק הי"ו.

דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד. דערביי האט דער רבי פארציילט סיפורי קודש פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל, ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען הרה"ח ר' הילל הערשקאוויטש הי"ו היושב ע"פ בנו ע"ה. דערביי איז אנוועזנד געווען כ''ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א.

זמני כניסה בקו"פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו"פ האדמו"ר מאלעסק לינדען שליט"א מקבל זיין א ברכת מזל טוב לרגל שמחת אירוסי בתו למז"ט, עב"ג נכד רבינו החתן הרב ישכר בער טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו"פ הר"ר אהרן מאיר מייזליש שליט"א חתן הגה"צ רבי העניך טייטלבוים שליט"א אבד"ק קירלהאזא, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בנו למז"ט. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין הרה"ג ר' מאיר ווייס שליט''א מרבני ק"ק מאכנובקא בארה"ק מח"ס נישואין כסדרם, תמידין כסדרם, וועלכער האט איבערגעגעבן פאר'ן רבין זיין נייעם ספר אויף תהלים 'תפלתי סדורה', עס האט זיך פארצויגן א לענגערע הלכה'דיגע שמועס בעניני חופה וכתובה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:40 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 159