בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday29 Cheshvan 578711/9/2026

Report
ארום 9:00 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה און זיך משתתף געווען ביי די סעודת הודאה דורך משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יושע הי"ו ובני משפחתו.

ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין מאנסי צום סיום מסכת בבא קמא והתחלת מסכת בבא מציעא במסגרת חבורת יסודי התורה אין די זאלן פון וועלי טעררעס.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, פאר די רבני קהלתינו הק' והנהלת התאחדות אברכים, פאר הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו - פטרון החבורה אין מאנסי, און פארן גאנצן ציבור. און משמיע געווען דב''ק און ארויסגעברענגט לשבח פון קהלתינו הק' אין מאנסי ווי אריבער פיר הונדערט אנ''ש זענען אנגעשלאסן אין חבורת יסודי התורה, און מחזק געווען אלע מסיימים ומתחילים און אנגעוואונטשן מען זאל קענען מסיים זיין מסכת בבא מציעא און אזוי ווייטער גאנץ ש"ס, און מסיים געווען בברכת קדשו.

פון דארט ארום 10:00 האט דער רבי ממשיך געווען דעם וועג קיין וומסב''ג צום מעמד סיום רבתי פון די אלפי לומדי חבורת יסודי התורה פון וומסב''ג אין די זאל פון קאנטינענטאל. דער רבי איז אנגעקומען ארום 11:00 און אריין אין א זייטיגן שטיבל.
ארום 11:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום סיום און זיך באגריסט מיט הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און די אנוועזנדע רבני קהלתינו הק'. און זיך אראפגעזעצט און געזאגט פארן נועם הכבוד הרה"צ ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ממשיך זיין מיט זיין דרשה, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודת סיום.
דער יושב ראש הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו האט ממשיך געווען און ארויפגערופן הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו - חבר הנהלת חבורת יסודי התורה פון וומסב''ג, מיט אפאר ווערטער בשם די הנהלת החבורה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די פטרוני החבורה הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו ובנו הרבני הנגיד ר' יחזקאל שרגא בראך הי"ו, און פאר די חברי הנהלת החבורה הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו, הרה"ח ר' יואל העללער הי"ו, און הרה"ח ר' יצחק מיכאל יאקאב הי"ו, און פארן גאנצן ציבור.

דער רבי האט משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'וה' ברך את אברהם בכל' און ארויסגעברענגט אז בזכות פון איבערחזר'ן די אלטע לימודים איז מען זוכה צו הערן דעם בת קול און איז מעורר צו תשובה, און דאס איז די מטרה פון די חבורה, צו לערנען, חזר'ן און זיך פארהערן מסכתות הש"ס. און ארויסגעברענגט פון די לעצטע דף אין מסכת בבא קמא, אז אויף קליינע זאכן איז נישט דא קיין גזל, אבער אויב די בעה"ב איז מקפיד באקומט עס א חשיבות, און אויסגעפירט אז מען קען אמאל טראכטן אז וואס איז שוין א עמוד גמרא אנטקעגן גאנץ ש"ס, אבער אויב מען איז מקפיד נישט אויסצולאזן קיין שום טאג קיין שום עמוד, דאן באקומט עס א שטארקע חשיבות.
דער רבי האט דערציילט ווי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט אים פארהערט אלץ קינד און אנגעזאגט אז מען דארף לערנען מיטן רא"ש, און זיך באצויגן צו א סברת הרא"ש אין כל דאלים גבר, און אויסגעפירט אז ווען א מענטש ווייסט ביי זיך אז די תורה איז זיינס, וועט ער זיך קענען שלאגן מיטן יצר הרע און אים מנצח זיין, און קענען לערנען, חזר'ן, און זיך שטעלן צום פארהער.
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז חבורת יסודי התורה איז געגרינדעט געווארן ל"ג בעומר תשס"ו, און עס האט זיך פארמערט במשך די יארן בכמות ובאיכות, און היינט צוטאגס פארמאגט יעדע קהילה בישראל א חבורה אויף לימוד התורה, און עס איז א פערזענליכע שמחה אז אזויפיל טויזענטער אידן לערנען היינט בלעטער גמרא און מסכתות הש"ס, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מען האט געזינגען ניגוני לימוד התורה מיט גרויס התעוררות, דערנאך האט דער רבי געמאכט דעם סיום אויף מסכת בבא קמא און אנגעהויבן מסכת בבא מציעא און געזאגט קדיש, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ לכבוד התורה פאר א לענגערע צייט.

- ברכהמ''ז: הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו מפטרוני החבורה.
מען האט געענדיגט ארום 1:10 און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 202