בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי' אייר תשפ"א4/22/2021

באריכט
תושבי בארא פּארק איינגעהילט מיט התרגשות דקדושה מיטצוהאלטן דעם שבת התרוממות בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיט גרויס פרייד און דערהויבנקייט גרייטן זיך אנשי שלומינו תושבי בארא פארק צום ביקור מרומם פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, וועלכע וועט פראווענען דעם געהויבענעם שבת לס' בזאת יבא אהרן אל הקדש (אח"ק) אינעם עיר הבירה בארא פארק.

נאך א צייט אפשניט פון דריי און אהאלב יאר וועט מען יעצט ווידער האבן די זכי' אז מרן רבינו שליט"א וועט אפרעכטן דעם שבת בביהמ"ד הגדול אין בארא פארק, און אין די טעג לייגן די עסקנים אריין אינטענסיווע ארבעט אהערצושטעלן דעם פראכטפולן ביהמ"ד צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וועלכע וועלן קומען מיטהאלטן די געהויבענע תפלות און טישן, ובפרט דעם געהויבענעם של"ש סעודות.
ווי עס ווערט געמאלדן וועט דער רבי שליט"א פראווענען דעם סעודת ליל שב"ק אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות פון מוסדותינו אין בארא פארק אויף א געהויבענעם פארנעם, כנהוג יעדן שב"ק אין קרית יואל ווי די רבי פראוועט בצוותא חדא מיט די תלמידי הישיבה. נאך די סעודה וועלן די בחורים ארויפגיין אויף די פארענטשעס, און איבערגעבן זייער פלאץ פאר די בעלי בתים נכבדים דקהלתינו הק'.
דעם סעודת יום שבת קודש וועט מרן רבינו שליט"א פראווענען אינאיינעם מיט די זקני פני העדה חברי "אהבת קדומים" דקהלתינו הק'. עס וועט זיין א געהויבענע מאמענט ווען מרן רבינו שליט"א וועט פארברענגען בדברי תורה וסיפורי צדיקים אינאיינעם מיט די חשובע זקני קהלתינו הק', און דערביי וועט די רבי אריינבלאזן הויפענעס פון חיזוק אויפ'ן טאג טעגליכן לעבן.
אין די נאכמיטאג שטונדן וועט מרן רבינו שליט"א משמיע זיין א שיעור בפרקי אבות, וואו עס וועט זיין א געלעגענהייט צו נהנה זיין מנועם אמרותיו הקדושים, הערליכע דרושים ופלפולים, דברי מוסר היורדים לחדרי בטן, חיזוק על נסיונות ופגעי הזמן, ועוד.
דערנאך וועט פארקומען דעם דערהויבענעם ש"לש סעודות, ווען רבינו שליט"א וועט אנווארעמען די הערצער פון אנשי שלומינו מיט די פייערדיגע של"ש סעודות תורה בדברי מוסר והתעוררות, להלהיב לבבות ישראל.

לקראת שבת לכו ונלכה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️