בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ח מרחשון תשפ"ז10/29/2026

באריכט
דאנערשטאג וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר מרדכי יודא כהן הי''ו.
- ב''ר שניאור זלמן אייזנבאך הי''ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.

אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש דער סטעיט סענעטאר 'דזשעימס סקופיס' וועלכער פארטרעט קרית יואל און לויפט פאר ווידערוויילונג, אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה. דער רבי האט זיך באדאנקט פאר זיין קריטישע הילף אוועקצושטעלן דעם געזעץ צו ראטעווען די היימישע חינוך אין ניו יארק. באזונדער האט מען אויסגעשמועסט א לענגערע צייט פילע ענינים וואס ער וועט אי"ה שטיין צו הילף פאר קרית יואל'ס שטענדיגע הרחבות גבולי הקדושה כדי צו קענען האלטן ביליג די דירות פרייזן, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יחזקאל פראנקעל הי"ו און הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' שלום בר"י שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברש"י שעהר הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' חיים יודא טעללער הי"ו און הרה"ח ר' משה יצחק לעברעכט הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:45 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה יחזקי' פיש הי"ו און הרה"ח ר' יעקב לייב כהן הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ קאנגרעסמאן 'מייק לאולער' וועלכער פארטרעט די שטאט מאנסי און לויפט פאר ווידערוויילונג, אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה קר''י און ראשי ועסקני קהלתינו ומוסדותינו הק' מאנסי, דער רבי האט זיך באדאנקט פאר זיין הילף אנצוהאלטן די רעגירונג'ס הילף פאר די ישיבות אין אמעריקע און פאר זיין שטענדיגע הילף אין נאך פילע ענינים, ובפרט האט מען אויסגעשמועסט א לענגערע צייט פילע ענינים וואס ער וועט אי''ה שטיין צו הילף פאר קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך האט זיך געשטעלט צום פארהער בקו''פ אויף יו"ד ח"א הב' אברהם יצחק ב"ר יודא מנחם זאב ענגיל הי"ו (בני ברק) ממצויני תלמידי סניף דברי יואל.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️